בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - ראש חודש תמוז, ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין
שמחה, התחזקות, ראש השנה, פרישע כוחות, חודש תמוז

בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת קרח, א' דראש חודש תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


היינט איז ראש חודש תמוז, מוהרא"ש זכותו יגן עלינו ברענגט פון פריערדיגע אז די ראשי תיבות פון תמוז איז: ז'מני ת'שובה מ'משמשין ו'באין, מען דארף זיך שוין געבן א דערוועק, עס קומען שוין די טעג פון תשובה, מיר קומען נענטער און נענטער צום גרויסן יום הדין.


מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף פאָר איך די וואך אין שטעטל, איך וועל דארט לערנען מיט די בחורים און געבן שיעורים. מען וועט זיך גרייטן מיט די עצות פון רבי'ן התבודדות ותפילה, און שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, און נאך - צו פארן צום רבי'ן אויף ראש השנה.


דיר בעט איך ברחמים, דראפע זיך און דערהאלט זיך; דו גייסט יעצט אריבער דעם שמאלן בריקל, און דער רבי בעט פון דיר: "האב נישט מורא!" דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן מח): "דַע, שֶׁהָאָדָם צָרִיךְ לַעֲבֹר עַל גֶּשֶׁר צַר מְאֹד מְאֹד", די וועלט איז ווי א שמאלער בריק, מען דארף אריבערגיין זייער א שמאלער בריק, "וְהַכְּלָל וְהָעִקָּר שֶׁלֹּא יִתְפַּחֵד כְּלָל", דער עיקר איז - מען זאל נישט מורא האבן.


זיי פרייליך אז דו ביסט א איד, גיי אין שול אנטון טלית און תפילין און הויב אן פונדאסניי זיין א איד; דו קענסט נאך פון יעצט אנהויבן זיין א איד, און דו קענסט נאך ווערן א גרויסער צדיק.


געדענק וואס דער רבי בעט דיר: "וְהַכְּלָל וְהָעִקָּר, שֶׁלֹּא יִתְפַּחֵד כְּלָל".


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.