בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת שלח, מברכין תמוז, כ"ד סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
היינט הויבן מיר אן מסכת עבודה זרה, איך וויל דיר בעטן זאלסט אנהויבן די מסכתא און לערנען יעדן טאג די בלאט גמרא. עס איז גאר אנדערש א טאג וואס מען לערנט תורה, עס איז גאר אנדערש; עס איז אן אנדערע טאטע, מען איז אן אנדערע מאן, אן אנדערע מענטש ביי די ארבעט, עס איז כרחוק מזרח צו מעריב; א טאג וואס מען לערנט גמרא, וואס מען זאגט גמרא - איז מען הייליג און נאנט צום אייבערשטן.
איך ווייס אז דו ווילסט נישט אנהויבן נאך א מסכתא ווייל דו האסט שוין אזויפיל מאל אנגעהויבן און עס האט נישט אנגעהאלטן, דו ביסט מיואש, דו ווילסט אפילו נישט פרובירן, אבער טייערער ברודער, וואס וועסטו דערלייגן? וואס קענסטו דערלייגן אז דו וועסט לערנען? וועסט דאך נאר פארדינען; וואלט איך געקומען צו דיר בעטן געלט צו אינוועסטירן קען זיין עס וועט פארלירן און עס קען זיין דו וועסט פארדינען, און אפילו עס וועט פארדינען - וואס וועט זיין מיט די רווחים? דאס וועט מען פון פריש אינוועסטירן, און ווער זאגט אז דעמאלט וועט עס מאכן רווחים... אבער ביי די הייליגע תורה, אז דו וועסט לערנען די הייליגע תורה - וועסטו נאר מרוויח זיין.
די וואך שבת בענטשט מען שוין ראש חודש תמוז, עס געבט א קיצל, מען האלט שוין דא, עס קומען שוין כמעט די הייליגע טעג, בעט איך דיר זייער זאלסט שבת זיין זייער פרייליך אז דו ביסט א איד. דער רבי האט זייער אסאך גערעדט פון זיין פרייליך שבת, איינמאל פרייטאג צו נאכטס איז רבי נתן געווען ביים רבי'ן, דער רבי האט אים געפרעגט: "ביסט פרייליך שבת?" האט רבי נתן געענטפערט: "איך ווער אסאך מאל זייער ערנסט", האט אים דער רבי געזאגט: "לֹא כָּךְ הוּא, הָעִקָּר הוּא שִׂמְחָה", שבת דארף מען זיין נאר פרייליך, און דעמאלט האט דער רבי געזאגט די תורה (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן יז): "צָרִיךְ לִזָּהֵר מְאֹד לִהְיוֹת שָׂמֵחַ וְטוֹב לֵב בְּשַׁבָּת", שבת דארף מען זיין זייער פרייליך און גוטמוטיג, "כִּי מַעֲלוֹת וּקְדֻשּׁוֹת שַׁבָּת גְּדוֹלָה וִיקָרָה מְאֹד", ווייל שבת איז זייער הייליג און זייער טייער, עיין שם.
אויך וויל איך באזונדער שרייבן פאר מיינע טייערע ברידער אין ארץ ישראל, יעצט ביי די מלחמה מיט איראן. מען הערט אז אידישע קינדער זענען געשעדיגט געווארן פון די באמבעס, און בעיקר מיט די פחד מיט וואס מען לעבט שוין א גאנצע וואך, פון די שרעק פון די אלארעמס, און פון די קולות פון די באמבעס; וויל איך ענק בעטן, געבט אכטונג אויף ענקערע משפחות, געבט אכטונג אויף די קינדער, מאכט זיי פרייליך, מאכט ווערטלעך, און ווען ענק לויפן צו די בונקערס זאלן ענק חס ושלום נישט לויפן מיט שרעק און פאניק, ווייל דאס איז זייער שעדליך, עס קען בלייבן אויף די לעבן, ענק דארפן זינגען ניגוני אמונה, לעבעדיגע ניגונים. יעצט איז נישט קיין צייט פאר שטייטע ווארעמע ניגונים, מען דארף פרייליך מאכן די משפחה, די קינדער זאלן זיין רואיג.
א גוט שבת.