בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א רחמנות אויף די גערעכטע מענטשן וואס אלעס דארף שטימען
חינוך הילדים, שלום בית, דרך ארץ, וויכוחים, שבת קודש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


דאנקט דעם אייבערשטן אז איר האט א וואוילער מאן; ער איז ערליך, ער איז אפגעהיטן, ער העלפט אייך, ער איז אייך געטריי; עס איז דא עסן אין שטוב, ער ברענגט אהיים פרנסה.


עס דארף אייך נישט שטערן וועגן ליל שישי וכו'; מאכט זיך פרייליך, מאכט א פרייליכע שבת. אפילו אייער מאן שלאפט - זייט קלוג, זוכט נישט צו זיין גערעכט. א רחמנות אויף די גערעכטע מענטשן, א רחמנות אויף די מענטשן וואס אלעס דארף שטימען, זאכן וואס דער טאטע דארף טון - קען די מאמע נישט טון וכו' וכו'. אז אייער מאן וויל אביסל שלאפן שבת, ער קומט נישט אן צו לערנען מיט די קינדער - זאלט איר נישט מאכן פון דעם קיין איבערקערעניש, עס איז גארנישט אויב דער טאטע וויל אביסל שלאפן שבת; אויב איר ווילט לערנען מיט זיי - קענט איר לערנען מיט זיי, און אז מען וועט נישט לערנען מיט די קינדער - וועט אויך גארנישט פאסירן.


דאנקט דעם אייבערשטן פאר אייער לעבן; איר שרייבט דאך אליינס: "מיין מאן איז זייער גוט צו מיר, סיי פאר מיר און סיי פאר מיין משפחה; אלע ווייסן אז ווען מען דארף עפעס גייט מען צו מיין מאן און אלעס ווערט מסודר"; נו וואס נאך דארפט איר, איר זענט די גליקליכסטע פרוי, מער פון דעם דארפט איר נישט.


בנוגע ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער; אויף דרך ארץ דארף מען לייגן זייער א שטארקע דגוש, מען מוז אויסלערנען קינדער צו זיין איידל און רעדן מיט דרך ארץ צו עלטערע, ביי דרך ארץ מוז מען גיין זייער שטרענג. איך האב געכאפט פון מיין טאטע שליט"א א פאטש ווען איך האב גערעדט צו אן עלטערער מענטש נישט מיט דרך ארץ, מיין טאטע איז געווען זייער שטרענג ביי דרך ארץ, און ברוך ה' עס האט מיר נאר געהאלפן אין לעבן.


נעמט די תהלים און בעטס דעם אייבערשטן פאר אייערע קינדער, נישטא קיין גרעסערע זאך ווי תפילות פון עלטערן פאר קינדער.


א ליכטיגן חנוכה.