בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די רחמנות זאל נישט חרוב מאכן אייער לעבן
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, שלום בית, מדות טובות, רחמנות

בעזרת ה' יתברך


יום ב' האזינו, ז' תשרי, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער ווייטאגליכער בריוו.


אייער טאטע איז טאקע א גרויסער רחמנות, אייער מאמע מאכט אים שפירן ווי א שמאטע, זי שאפט אויף אים ווי א האר שאפט אויף א קנעכט, אבער דאס קען נישט אפשטעלן אייער לעבן. איר שרייבט אז איר קענט נישט עסן און נישט שלאפן, איר קענט גארנישט טון, איר הערט נישט אויף טראכטן פון אייער צעבראכענער צעשאסענער טאטע, איר שרייבט אז איר געדענקט נישט אפילו איין מאל אין אייער לעבן צו זען אייער טאטע מאמע זיצן אינאיינעם ביי איין טיש שמועסן און פארברענגען, איר געדענקט נישט זיי זאלן שמייכלען איינער צום צווייטן וכו' וכו'; איר זענט אריין אין א טרויעריגקייט, איר קענט גארנישט טראכטן אויסער פון די צער פון אייער טאטע.


אמת, אייער טאטע איז א גרויסער רחמנות, אבער דאס קען נישט חרוב מאכן אייער לעבן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג:): "הָרַחֲמָנִין, חַיֵּיהֶם אֵינָם חַיִּים", די וואס האבן צופיל רחמנות - די האבן נישט קיין לעבן; האבן רחמנות אויף אנדערע איז פון די שענסטע מידות פון אידישע קינדער, די הייליגע חכמים זאגן (יבמות עט.): "שְׁלֹשָׁה סִימָנִים יֶשׁ בְּאוּמָה זוֹ", איינע פון די סימנים פון א איד איז "רַחֲמָנִים", אידישע קינדער האבן רחמנות; אבער אויב מען האט צופיל רחמנות שטערט עס פאר'ן לעבן, מען קען נישט לעבן.


אייער טאטע וועט גארנישט האבן פון דעם וואס איר וועט זיך פייניגן פאר אים, עס וועט נישט העלפן ער זאל האבן שלום בית; איר דארפט טון צו די זאך, איר דארפט אים העלפן.


די ערשטע זאך איז תפילה; בעטס יעדן טאג א קליינע תפילה פאר אייערע עלטערן זיי זאלן אנהייבן לעבן אזוי ווי ערליכע אידן, זיי זאלן לעבן אינאיינעם, זיך נישט גרויסן איינער אויפ'ן צווייטן. צווייטנס, איר זאלט יעדן טאג רופן אייער טאטע מאמע, רעדט צו זיי שיין, ווען איר רעדט צו אייער טאטע זאלט איר אים מאכן שפירן ווי א טאטע, דערציילט אים פון אייערע קינדער, דערציילט אים פון אייער מאן; זאגט אים ווי שטארק איר האט אים ליב, פרעגט אים עצות; אפילו איר וועט טון וואס אייער מאן זאגט, אבער מאכט אים שפירן ווי ער איז עפעס, און ווען איר רעדט מיט אייער מאמע זאלט איר רעדן מיט דרך ארץ און חכמה, זאגט איר: "איך האב פריער גערעדט מיט טאטי, טאטי איז אזוי קלוג, ער געבט מיר אזעלכע גוטע עצות", וועט זי זיך אויך רעכענען מיט אים; אזוי אויך ווען איר גייט צו זיי זאלט איר רעדן מיט גרויס דרך ארץ צו זיי.


איך בעט אייך זייער, האט רחמנות אויף אייער געזונט, נעמט ארויס פון קאפ די גאנצע פרשה פון אייער טאטע מאמע. איך זאג אייך, ווען איך האב געליינט אייער בריוו האב איך זיך זייער דערשראקן פאר אייער לעבן, מער ווי אייער טאטעס לעבן; איך ציטער עס זאל נישט גיין צו אייערע נערווען, עס זאל אייך נישט שאטן.


און די לעצטע זאך איז די זעלבע פון די ערשטע זאך - תפילה; תפילה איז די ערשטע עצה און די לעצטע עצה און אויך די מיטלסטע עצה. בעטס דעם אייבערשטן עס זאל זיין שלום ביי אידישע קינדער, ביי אייערע עלטערן און ביי אלע אידן.


אזוי ווי אייער טאטע מאמע לעבן - אזוי איז ביי רוב שטובער, מען מאכט אינדרויסן א גוטע שפיל, ווען מענטשן זעען און הערן זעט אויס כאילו עס איז דא א הויז, טאטע מאמע, אבער שטילערהייט איז עס חרוב ונחרב; ביי איינעם גרויסט זיך דער מאן אויף די ווייב, ביי א צווייטן גרויסט זיך די ווייב אויף דעם מאן און ביי א דריטן פליקן זיך ביידע, מען הרג'עט זיך, מען קען זיך נישט ליידן. נאר אז מען האט א צדיק וואס לערנט אויס וואס דער רצון השם איז, אז דער אייבערשטער וויל אז מאן און ווייב זאלן זיך אנשטרענגען איינער פאר'ן צווייטן, ארויסגיין פון וועג איינער פאר'ן צווייטן - די האבן א גוטע לעבן, די לעבן מיט ליבשאפט, די שפירן אויף די וועלט די זיסע טעם פון גן עדן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א גמר חתימה טובה.