בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת ויצא, ב' כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
מזל טוב פאר דיין נייע געבוירענע מיידל בעבי רחל מלכה תחי', דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זען נחת ביי דעם קינד און ביי אלע קינדער, אינאיינעם מיט דיין ווייב געזונטערהייט.
בנוגע די פראגע אז דיין ווייב וויל רופן דאס קינד מאלי, אין קורצן פון מלכה, און דו ווילסט בשום אין אופן רופן די האלבע נאמען, דו שפירסט ווי מאלי איז נישט מלכה, דו שפירסט נישט קיין געפיל צו די נאמען; מוהרא"ש זאגט עס איז א זאך וואס דארף נישט באדערן, מען קען רופן אזוי און מען קען רופן אזוי, דאס איז נישט א זאך וואס דארף שטערן דעם מענטש.
דו שרייבסט אז עס באדערט דיר וכו'; וואס זאל איך דיר זאגן, דער רבי האט געזאגט: "אויב באדערן, באדערט מיר אסאך זאכן, במילא באדערט מיר גארנישט"; מיט דעם דיבור קען מען זיך גרינג ארויסדרייען פון די ווייטאג וואס מען ליידט בזה העולם, מען זאל זיין א מוותר, מען זאל נישט מאכן קיין עסק פון גארנישט.
לויף צוריק צום משניות, נעם א משניות און לערן בקול און מיט א זיסע תנועה, דאס וועט דיך פרייליך מאכן און מיט די צייט וועט די זאכן פון ווי אזוי מען זאל רופן די נאמען - נישט באדערן, די תורה וועט דיך פרייליך מאכן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.