בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת במדבר, כ"ט אייר, מ"ד לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן
מרת ... תחי'
זייט מחזק ווייטער פרויען און מיידלעך מיט די עצות פון רבי'ן, בעיקר זאלט איר מחזק זיין מיט די צוויי זאכן, איינס מען זאל וויסן 'דער אייבערשטער האט מיך ליב', דער אייבערשטער קוקט אריין אין הארץ, ער זעט די ווילן פונעם מענטש און ליינט די מחשבות פונעם מענטש, און דער וואס מיינט דעם אייבערשטן, דער וואס וויל זיין גוט - דאס איז זייער זייער חשוב ביים אייבערשטן.
צווייטנס, זייט מחזק מען זאל שמועסן מיטן אייבערשטן; אין אנהויב איז דאס נישט גרינג, מענטשן קענען רעדן צו איינעם וואס מען זעט אז יענער הערט אויס, אבער ווען מען שפירט נישט ווי דער אייבערשטער איז דא - איז דאס שווער צו טון; זאלט איר מחזק זיין מענטשן צו רעדן אפילו אפאר סעקונדעס, אפילו אפאר ווערטער יעדן טאג; אויף די צוויי עיקרים זאלט איר זיך פארלייגן.
בשום אין אופן רעדן צו מענטשן זאלן אריינשיקן זייערע קינדער ביי אונז אין די מוסד, אדער קומען וואוינען אין ליבערטי; נישט דאס איז הפצה, דאס איז טפשות; הפצה איז רעדן צו מענטשן פונעם אייבערשטן, אויסשרייען הויך: "עס איז דא א באשעפער", און מגלה זיין פאר אלעמען די עצה פון משיח, די עצה פון רבי'ן, די עצה פון התבודדות, נאר דאס איז ברסלב, און אז מען רעדט צו מענטשן זאלן אריינשיקן ביי אונז אין די מוסד, אדער קומען וואוינען אין אונזער שטעטל קרית ברסלב - דאס איז נישט הפצה, דאס איז טפשות, און יעדער ליידט נאכדעם, וד"ל.
נאך א זאך, ווען מען רופט אייך בעטן הילף זאלט איר נישט זאגן: "פרעג דעם ראש ישיבה", ווייל אז מען קומט צו אייך בעטן הילף - דארף מען יענעם מחזק זיין און יענעם געבן גוטע עצות, מען רופט אייך נישט צו הערן די זאך 'פרעג דעם ראש ישיבה', אז מען קומט צו אייך פאר חיזוק דארפט איר יענעם העלפן מיט חיזוק און מיט עצות.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.