בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, י"ז מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ליבער הארציגער ... נרו יאיר
איך בין אזוי בצער פון וואס דו גייסט אריבער, עס טוט מיר אזוי וויי אז מען נעמט דיר מיט דיינע געשוויסטער צו עדות זאגן קעגן די טאטע; נישט גענוג די עלטערן קריגן זיך, וואס דאס אליין איז אזוי ווייטאגליך פאר די קינדער – נעמט מען ענק צו שלאגן איינער דעם צווייטן.
איך בעט דיר ברחמים, שטייט פון דער זייט, רעד נישט צו קיינעם קעגן דיין טאטע מאמע, דריי זיך ארויס מיט חכמה, זיי מקיים וואס דער רבי זאגט (ספר המידות אות פחד חלק ב', סימן ג): "מִי שֶׁבּוֹרֵחַ מִן הַצָּרָה, הוּא פִּקֵּחַ", דער וואס אנטלויפט פון א צרה איז קלוג; נישטא נאך א צרה ווי די צרה פון מחלוקת.
בזכות וואס דו ביסט מקיים מצות כיבוד אב ואם, בזכות וואס דו וועסט זיך נישט מישן אין די מחלוקת וועסטו זוכה זיין בקרוב טרעפן דיין שידוך, און צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות.
נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, יעדן טאג זאלסטו גיין אין א ווינקל, א ליידיגע פלאץ, און זיך אויסשמועסן דיין הארץ אויף אידיש מיטן אייבערשטן, רעד צו אים כידבר איש אל רעהו, ווי מען רעדט צו א גוטער פריינט, דערצייל אים דיין לעבן, דערצייל אים דיין פרשה בפרטיות ובפרטי פרטיות, און בעט אים פאר א שידוך, פאר א גוט לעבן, דאס און נאר דאס וועט זיין דיין ישועה.
אויך זאלסטו בעטן פאר שמחה, ווייל דאס איז דער עיקר, אז מען איז פרייליך האט מען אלעס.