בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, (חקת בא"י), ג' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר וזוגתו תחי'
איידער ענק שיקן אייער טאכטער אין 'מיידל קעמפ' - זאלן ענק רעדן צו איר פון זיך היטן פון נישט געזונטע פריינדשאפט, ענק צאלן אוועק פאר די טאכטער צו גיין אין 'מיידל קעמפ' טויזנטער דאלער, און חס וחלילה אויב מען וועט איר נישט אנגרייטן פון זיך אכטונג געבן פון נישט געזונטע פריינדשאפט וועט אויסקומען אז איר צאלט יעצט איינגאבע (דיפאזיט) פון דריי פיר טויזנט דאלער וואס וועט אייך קאסטן שפעטער ביי איר לעבן הונדערטער טויזנטער דאלער, ווייל די רבנים און די מומחים זאגן אלע אז די גיטין וואס גייט פאר ביי כלל ישראל איז א תוצאה פון נישט געזונטע פריינדשאפט וכו' וכו', וואס עס הייבט זיך אן אין קעמפ השם ישמרינו, און ווען מען וואלט ווען געקענט האלטן די טעכטער אין שטוב במשך דעם זומער - וואלט זיכער בעסער געווען.
איך ווייס אז עס וועט דיר נישט זיין גרינג, דו וועסט זוכן תירוצים נישט צו רעדן, דו וועסט זאגן: "עס פעלט נישט אויס, מיינע קינדער ווייסן פון זיך אליינס, מיינע קינדער זענען גענוג קלוג", מיט נאך אנדערע תירוצים.
ליבער ברודער, הארציגער חבר, איך בעט דיר האב רחמנות אויף דיר אליין, האב רחמנות אויף דיינע אייגענע קינדער, זיי נישט ווי די בת היענה וואס ווען דער בער קומט - בייגט זי אריין די קאפ אין די ערד און שוין, מער איז נישטא קיין בער, און מער דארף מען נישט רעדן פון בערן, ביז דער בער פארציקט איר; וואלסטו געהערט וואס די רבנים און די מומחים וואס פרובירן צו העלפן די אלע וואס זענען אריינגעפאלן אין דעם, וואס זיי זאגן און האבן צו דערציילן, ווי ווייטאגליך דאס איז השם ירחם, מען וויל נישט חתונה האבן, און אז מען האט חתונה וויל מען נישט לעבן א חתונה געהאטע לעבן, די קאפ איז פארדרייט, מען וויל צוריק לויפן צו די נישט געזונטע פריינדשאפט השם ישמרינו, און אז מען וואלט ווען גערעדט צום קינד זיך צו היטן פון נישט געזונטע פריינדשאפט - וואלט מען אלעס געקענט איינשפארן.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.