בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - רעדן צו די קינדער פון קדושה, און זען זיי זאלן נישט האבן ליידיגע שעות
קדושה, חינוך הילדים, שלום בית, ערב שבת

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת לך לך, ז' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


א גאנץ שבת זאלסטו נאר זיין פרייליך, אז דו ביסט א איד און אז דו היטסט שבת, און פאר אלע חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט דיר.


בעט איבער דיין ווייב, זאג איר אז דו האסט חרטה פארן איר וויי טון, און זאג איר צו אז דו וועסט איר מער נישט וויי טון. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בבא מציעא נט.) אויפן פסוק (בראשית יב, טז): "וּלְאַבְרָם הֵיטִיב בַּעֲבוּרָהּ", אז די שפע, די געלט - קומט בזכות וואס מען רעדט שיין אין שטוב, מען רעדט מיט דרך ארץ, מיט כבוד, אזוי ווי ערליכע אידן רעדן צו די ווייב.


רעד צו דיינע קינדער פון קדושה, רעד צו דיינע טעכטער קלארע ווערטער, אז קיינער זאל זיך נישט שפילן מיט זייער קערפער, און אויב איינער קיצלט איר און באטאפט איר זאל זי דערציילן, און געב אכטונג זי זאלן נישט האבן לאנגע שעות פון גיין ליידיג. זיי נישט קליגער פון די חכמים, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות נט:): הַבַּטָלָה", גיין ליידיג, "מְבִיאָה לִידֵי זִימָה", ברענגט צו שמוץ; דעריבער זענען מיר מקפיד נישט צו לאזן די קינדער אליין לאנגע שעות פרייטאג נאכמיטאג, שבת נאכמיטאג - אן דעם וואס די עלטערן זאלן זיין מיט זיי, לערנען אדער פארברענגען, ווייל אז די קינדער גייען ליידיג קומט מען צו עבירות.


זאלסט טון ביידע, סיי רעדן צו די קינדער פון קדושה, און אויך זען זיי זאלן נישט האבן ליידיגע שעות. לייג זיי שלאפן פרייטאג נאכמיטאג און שבת נאכמיטאג, גאנצע משפחות גייען צוגרינד צוליב דעם וואס די עלטערן זענען פויל צו מחנך זיין, און אז א ברודער א בחור וועט טשעפען די שוועסטער און שפעטער וועט זי חתונה האבן און ליידן, און דערציילן דעם מאן, דעמאלט וועט די גאנצע משפחה צעפאלן, און ווער איז שולדיג? אויבנאויף דער בחור, אבער באמת זענען די עלטערן שולדיג וד"ל.


א גוט שבת.