בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א שאד אוועק צו געבן טייערע צייט פאר זאכן וואס בלייבט נישט
מלמדים, מוסדות, היטן די צייט, שרייבן

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, סיי מיט'ן תלמוד תורה; זיי מחזק די מלמדים, געב זיי א גוטע געפיל. עס איז דאך א ביטערע שווערע ארבעט צו זיין א מלמד; פון איין זייט בין איך זייער מקנא א מלמד, די שכר פון מלמדים איז דאך אין לשער, פון די אנדערע זייט בין איך זיי גארנישט מקנא, די ביטערע שווערע ארבעט מיט די קינדער ווען קיינער איז נישט מכיר אין די ארבעט.


דעריבער בעט איך דיר זייער, געבן יעדן מלמד די געפיל אז מיר פארשטייען און ווייסן זייער ארבעט. אויב איז דא זאכן צו פאררעכטן - זאלסטו זיי זאגן, אבער אויך געבן חיזוק און א גוטע געפיל.


שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן, סיי מיט די הערליכע גליון און מיט די שאלות ותשובות אויפ'ן וועבסייט, מיט די אידישע קונטרסים און מיט די האטליין קול ברסלב. בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן וואס איז וויכטיג, אין וואס און וואו לוינט זיך אריינצולייגן די טייערע צייט, למען לא ניגע לריק ולא נלד לבהלה.


א שאד אוועק צו געבן טייערע צייט פאר זאכן וואס בלייבט נישט, מוהרא"ש האט געהאט אויפ'ן טיש אויפגעשריבן א צעטל: "הדיבור הולך אל הרוחות", רעדן גייט צו די לופט, "והכתב נשאר לדורות", און געשריבענע זאכן בלייבט פאר שפעטער; אנשטאט אוועקגעבן צייט פאר אלע שיינע זיסע געדאנקען פון די חברים - וואלסטו אין די צייט געקענט ענדיגן אשר בנחל, און איבערטייטשן האלף לך שלמה - די טויזנט קונטרסים וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט.


איך זאג נישט וואס צו טון, איך וויל זיך נישט מישן; איך זאג נאר, זיי זיך מתבודד אויב עס פעלט אויס אוועק צו געבן די טייערע מינוטן פאר דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו טון פאר אידישע קינדער אונזער גאנצע לעבן, אלע אונזערע דורות זאלן אויך טון פאר אנדערע, מיר זאלן זוכה זיין צו משמש זיין דעם רבי'ן בנאמנות; גארנישט מיינען נאר טון פאר אנדערע.