בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#7 - דערמאנען דעם אייבערשטנ'ס נאמען ביים אנהויבן שרייבן
חנוכה, אמונה, הלכה, שרייבן, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ד' פרשת ויצא, ט' כסליו, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי' מנהלת בית פיגא, קרית ברסלב ליבערטי


איך האב געהערט די הודעה.


מען דארף אויסלערנען די תלמידות, יעדע מאל מען הויבט אן שרייבן זאל מען אנהייבן מיטן דערמאנען דעם אייבערשטנ'ס נאמען, ווי צום ביישפיל בס"ד אדער ב"ה. מוהרא"ש זכותו יגן עלינו זאגט, די מקור קומט פון די הייליגע חשמונאים, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ראש השנה, יח:) די יוונים האבן גוזר געווען מען זאל נישט מזכיר זיין שם שמים, "וכשגברה מלכות חשמונאי ונצחום", און ווען די הייליגע חשמונאים האבן געווינען די מלחמה, "התקינו שיהו מזכירין שם שמים אפילו בשטרות", האבן זיי מתקן געווען מען זאל דערמאנען דעם אייבערשטנ'ס נאמען נישט נאר ביים רעדן נאר אויך ביים שרייבן; מען לערנט אויס די קינדער, יעדע מאל מען הויבט אן שרייבן, שרייבט מען: בס"ד - די ראשי תיבות פון בסייעתא דשמיא, ב"ה - די ראשי תיבות פון ברוך השם, לה"ו - די ראשי תיבות פון לה' הארץ ומלואה, אדער: בעהי"ת בעזרת השם יתברך.


איך פריי זיך זייער אז מען לערנט הלכה, דער הייליגער רבי זכותו יגן עלינו פון סאטמער זאגט (ספר ויואל משה מאמר לשון קודש, אות לב; מט) מען זאל לערנען מיט פרויען און מיידלעך הלכות שבת, הלכות ברכות, וכדומה.


דער עיקר דארף מען אריינלייגן כוחות אין הלכה למעשה, ווייל אז מען וועט לערנען נאר די כללים, צום ביישפיל ביי הלכות בישול - אז מען וועט לערנען די הלכות פון כלי ראשון כלי שני, עירוי, לח, יבש - אן עס ארויסברענגען אויף אקטועל - וועלן די מיידלעך גארנישט וויסן; די ריכטיגע צוגאנג איז, נאכן ענדיגן הלכות בישול - אויסלערנען אויף למעשה; ווי אזוי מאכט מען שבת א קאווע? מעג מען שבת מאכן טיי? ווען לייגט מען די לאקשן שבת, אין די זופ? אדער אין טעלער איידער מען לייגט די זופ? מעג מען לייגן זאלץ אינעם טאפ נאכן איר אראפנעמען פון פייער? און וואס טוט זיך אין טעלער? דאס איז די ריכטיגע וועג צו לערנען.


אזוי אויך ווען מען לערנט הלכות יחוד שטעלט מען אין אנהויב אוועק די כללים, אבער מען מוז עס ענדיגן מיט אלע פרטים און פרטי פרטים, זיי זאלן וויסן ווי אזוי צו זיין אפגעהיטן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#6 - קינדער שפירן גלייך אויב די לערערין האט וואס צו פארקויפן
חינוך הילדים, מוסדות, שרייבן, אידיש, בית פיגא

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, ט"ז מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


בנוגע די לערערין וואס זאגט זי האט נישט וואס צו לערנען מיט די קינדער, שיקט זי ארויס די קינדער שפילן וכו'; נישטא אזא זאך א לערערין האט נישט וואס צו לערנען מיט די קינדער, די לערערין מוז קומען אנגעגרייט צו האבן וואס צו לערנען פאר אפאר וואכן.


קינדער שפירן גלייך אויב די לערערין האט וואס צו פארקויפן, זי האט וואס צו לערנען, מאכן, טון וכו', אדער מען גייט היינט מאלן וואסער, זוכן ווי אזוי אריבער צו גיין דעם טאג.


בנוגע לערנען צו ליינען אידיש; קינדער דארפן לערנען צו קענען גוט ליינען אידיש, דאס איז איינע פון די וויכטיגע זאכן וואס די סקול דארף אריינלייגן אין די קינדער.


בנוגע די געהאלט; מיר גייען אראפגיין מיט די געהאלט פאר די לערערינס, מיר האבן נישט קיין ברירה, די מוסד קען נישט צאלן די איינגעשטעלטע; ביטע דאס אויסשמועסן מיט די לערערינס און זען ווער עס וויל ממשיך זיין צו בלייבן א לערערין אין בית פיגא.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן קענען ווייטער ממשיך זיין מיט אונזער הייליגע ריינע חינוך אן קיין שטערונגען.





 


 





 

#5 - ווי קענסטו שרייבן מיט חוצפה אז צום גדלי' וועט מען עסן פרישטאג?
ראש השנה, תעניתים, שרייבן, וועבסייט

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת שופטים, ב' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר, קרית יואל


וואויל איז דיר אז דו העלפסט פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן, דו העלפסט מיט די וועבסייט, דו שרייבסט די נייעס.


אבער פון די אנדערע זייט בין איך זייער דערציטערט געווארן צו ליינען די נייעס אז צום גדלי' וועט זיין צוגעשטעלט א נארהאפטיגע פרישטאג און אויפ'ן באן וועט זיין צוגעשטעלט עסן; דאס איז א חוצפה און א פריקת עול.


אלע יארן פארן מיר צוריק קיין אמעריקע אום צום גדלי', קומט אויס אז מען דארף פאסטן מער ווי א טאג, זענען דא פוסקים וואס זאגן אז מען קען שוין אויספאסטן ווען עס ווערט נאכט אין אומאן (הרב וואזנער זכרונו לברכה), אבער אין א פאל ווי היי יאר, וואס מען פארט צוריק א טאג נאך צום גדלי' - איז דאס א געהעריגע פאסט טאג; איז ווי קענסטו שרייבן מיט חוצפה אז צום גדלי' וועט מען עסן א נארהאפטיגע פרישטאג?!


אויב אזא זאך שטייט אויף אונזער וועבסייט פארמאך איך היינט דעם וועבסייט. איך קום נישט אן צו ליינען אלעס וואס די שרייבערס אין די קהילה שרייבן, די נייעס האב איך געליינט און אזוינס טאר מען נישט שרייבן; זע שוין צו פאררעכטן די נייעס און געב אכטונג אזוינס זאל נישט פאסירן נאכאמאל.

#4 - דער מנהל דארף מוטיגן און געבן חיזוק פאר די מלמדים
חינוך הילדים, מלמדים, חדר, שרייבן

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת שלח, כ"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש ירושלים


אשריך ואשרי חלקך אז דו ביסט עוסק אין אזא הייליגע ארבעט צו מחנך זיין קינדער מיט אמונה און יראת שמים.


איינע פון די וויכטיגסטע זאכן פון א מנהל איז צו מוטיגן די מלמדים, זיי צו געבן חיזוק. מלמדים דארפן זייער אסאך חיזוק, עס איז פון די שווערסטע ארבעט צו זיצן מיט קינדער און האבן צו זיי סבלנות, מען דארף כסדר זיי מחזק זיין, חס ושלום אויב מען איז זיי נישט מחזק קען זיך א מלמד פארלירן און אנהויבן נוצן די הענט; ציפן, שלאגן און שטויסן השם ישמרינו; דאס איז די ארבעט פונעם מנהל, צו אויפהייבן און מחזק זיין די מלמדים.


אפשר איז כדאי די קינדער זאלן זיך לערנען שרייבן, שרייבן איז א וויכטיגע זאך. קינדער דארפן זיך לערנען שרייבן, ליינען וכו'; איז כדאי זיי זאלן מיר שרייבן יעדע וואך א בריוו. אן לחץ; מען קען שרייבן וואס האט זיך געטון אין חדר, וואס מען האט געלערנט; אין אמעריקע שרייבן די קינדער איינמאל א וואך א בריוו.


די מעלה פון דעם איז, זיי לערנען זיך אויס שרייבן, און בעיקר, אמאל ליגט עפעס באהאלטן אינעם קינד'ס הארץ און דורך שרייבן קומט עס ארויס; אסאך קינדער זענען שוין געראטעוועט געווארן דורך דעם, זיי האבן געשריבן, האבן זיי דערציילט זאכן וואס איז נישט גוט, און מען האט זיי געגעבן הילף וד"ל.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#3 - געב אכטונג צו שרייבן אזוי ווי די ערליכע אידן שרייבן
מוסדות, שרייבן, גליון

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת בשלח, י"א שבט, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, ירושלים


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


איך האב זייער הנאה צו זען דעם שיינעם גליון "א בליק" וואס די חדר געבט ארויס.


איך האב באמערקט אינעם גליון געשריבן די ווארט "חדר" מיט צוויי יוד"ן: "חיידר"; געב אכטונג צו שרייבן אזוי ווי די ערליכע אידן שרייבן; מען שרייבט אזוי "חדר" נישט "חיידר". אזוי אויך "רבי", נישט "רעבע". "שבת", נישט "שאבעס"; געב זייער אכטונג אז אונזערע זאכן זאלן זיין ריין פון די אלע זאכן...


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#2 - א שאד אוועק צו געבן טייערע צייט פאר זאכן וואס בלייבט נישט
מלמדים, מוסדות, היטן די צייט, שרייבן

בעזרת ה' יתברך


ה' פרשת שמות, כ' טבת, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ליבער ... נרו יאיר


שטארק זיך מיט דיין הייליגע ארבעט, סיי מיט'ן תלמוד תורה; זיי מחזק די מלמדים, געב זיי א גוטע געפיל. עס איז דאך א ביטערע שווערע ארבעט צו זיין א מלמד; פון איין זייט בין איך זייער מקנא א מלמד, די שכר פון מלמדים איז דאך אין לשער, פון די אנדערע זייט בין איך זיי גארנישט מקנא, די ביטערע שווערע ארבעט מיט די קינדער ווען קיינער איז נישט מכיר אין די ארבעט.


דעריבער בעט איך דיר זייער, געבן יעדן מלמד די געפיל אז מיר פארשטייען און ווייסן זייער ארבעט. אויב איז דא זאכן צו פאררעכטן - זאלסטו זיי זאגן, אבער אויך געבן חיזוק און א גוטע געפיל.


שטארק זיך אין דיין הייליגע ארבעט פון פארשפרייטן דעם הייליגן רבי'ן, סיי מיט די הערליכע גליון און מיט די שאלות ותשובות אויפ'ן וועבסייט, מיט די אידישע קונטרסים און מיט די האטליין קול ברסלב. בעט דעם אייבערשטן זאלסט וויסן וואס איז וויכטיג, אין וואס און וואו לוינט זיך אריינצולייגן די טייערע צייט, למען לא ניגע לריק ולא נלד לבהלה.


א שאד אוועק צו געבן טייערע צייט פאר זאכן וואס בלייבט נישט, מוהרא"ש האט געהאט אויפ'ן טיש אויפגעשריבן א צעטל: "הדיבור הולך אל הרוחות", רעדן גייט צו די לופט, "והכתב נשאר לדורות", און געשריבענע זאכן בלייבט פאר שפעטער; אנשטאט אוועקגעבן צייט פאר אלע שיינע זיסע געדאנקען פון די חברים - וואלסטו אין די צייט געקענט ענדיגן אשר בנחל, און איבערטייטשן האלף לך שלמה - די טויזנט קונטרסים וואס מוהרא"ש האט אונז איבערגעלאזט.


איך זאג נישט וואס צו טון, איך וויל זיך נישט מישן; איך זאג נאר, זיי זיך מתבודד אויב עס פעלט אויס אוועק צו געבן די טייערע מינוטן פאר דעם.


דער אייבערשטער זאל העלפן מיר זאלן זוכה זיין צו טון פאר אידישע קינדער אונזער גאנצע לעבן, אלע אונזערע דורות זאלן אויך טון פאר אנדערע, מיר זאלן זוכה זיין צו משמש זיין דעם רבי'ן בנאמנות; גארנישט מיינען נאר טון פאר אנדערע.

#1 - שרייבן שריפט און שפראך איז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם
חינוך הילדים, שרייבן

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת תולדות, כז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


לכבוד די חשוב'ע איבערגעגעבענע מלמדים רבי ... נרו יאיר און רבי ... נרו יאיר


איך האב געזען די ארבעט וואס איר טוט מיט די קינדער, איר לערנט זיי אויס שרייבן, שריפט און שפראך; עס איז צום באוואונדערן.


איך בין זייער צופרידן צו זען ווי איר לייגט אריין קאפ, מח און הארץ, איר שטעלט צו אזא רייכע חומר, די קינדער זאלן קענען ליינען און שרייבן שריפט און שפראך.


איך וויל איר זאלט זיך פארבינדן מיט די מלמדים אין ליבערטי, זיי ווייזן וואס איר טוט, זיי זאלן האבן די זעלבע גוטע מאטריאל אויס צו לערנען די קינדער, ווייל שרייבן שריפט און שפראך איז זייער א וויכטיגע זאך פאר עבודת השם.


רבי נתן שרייבט אין א בריוו פאר זיין זון (עלים לתרופה, מכתב ב): "תִּשְׁתַּדֵּל לְהַרְגִּיל עַצְמְךָ בִּכְתָב נָאֶה וְלָשׁוֹן צַח כִּי הַכְּתָב וְהַמִּכְתָּב הוּא יְסוֹד גָּדוֹל לְתוֹרָה וַעֲבוֹדָה וְדֶרֶךְ אֶרֶץ", ער זאל אריינלייגן כח אין שרייבן שריפט און שפראך, ווייל מען דארף דאס האבן פאר עבודת השם.


א גרויסן דאנק.


פון ...