בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א שאד מען מאכט נישט נאך די חתונות בחנם אין ישיבה
שלום בית, ישיבה, חתונה, פרויען צאמקום

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת שלח, י"ט סיון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


די וואך וועט זיין נאך צוויי חתונות אין ישיבה, די חתונות אין ישיבה איז בחינם, עס קאסט נישט פאר די מחותנים קיין איין פרוטה. נישט נאר די חתונה איז בחינם, אויך איז צוגעשטעלט ביי די ווייבער צו מאכן די האר פאר די געשוויסטער פון די חתן כלה בחינם, און אויך אלעס ארום און ארום. אלעס איז די כח הצדיק מוהרא"ש, וואס האט אלע יארן געשריבן און גערעדט און מתפלל געווען מען זאל קענען חתונה מאכן די קינדער, עס זאל נישט קאסטן קיין געלט, מען זאל נישט דארפן ווערן בעלי חובות און נישט דארפן צוריק האלטן די קינדער פון חתונה האבן צוליב געלט.


שוין איבער ניינציג חתונות איז געווען אין ישיבה, וואס אנשי שלומינו האבן חתונה געמאכט בחינם. א שאד אז אנדערע קהילות מאכן דאס נישט נאך, א שאד אז מען האט מורא פון די עשירים, מען האט מורא צו זאגן דעם אמת פאר די עשירים וואס טרעטן אויף עם ישראל און זענען גורם אז מענטשן וואס האבן נישט קיין געלט זאלן אויך דארפן מאכן ווי זיי און ווערן בעלי חובות השם ישמרינו.


איך וויל דיר בעטן זאלסט אכטונג געבן אין שטוב אויף דיין שלום בית צו רעדן שיין מיט דרך ארץ. שלום בית מיינט נישט זיין א קנעכט פאר די ווייב, נאכגיין יעדע זאך וואס זי זאגט, שלום בית מיינט רעדן מיט די גרעסטע מאס דרך ארץ, רעדן מיט כבוד, רעדן מיט ליבשאפט, און רחמנות האבן אויף די ווייב. דאס לערנט אונז דער רבי, און דאס האבן מיר געהערט אלע יארן פון מוהרא"ש, אז שלום בית איז הייליג און וויכטיג.


געב דיין ווייב געלט, נישטא אזא זאך 'איך האב נישט'; האסט אונטערגעשריבן די כתובה אז דו גייסט איר אויסהאלטן - דארפסטו איר געבן עסן, און געבן אירע געברויכן, אויך געלט פאר א רוימערקע, זיי נישט קארג אין שטוב.


מארגן וועט זיין א פרויען פארברענג. א שאד אז דיין ווייב קומט נישט, מיט די חיזוק פון רבי'ן ווערט אזוי גוט דאס לעבן, עס ווערט אזוי גרינג אלעס, זע זי זאל קענען קומען צו די פרויען פארברענג, זיך אנפילן מיט פרישע כוחות.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.