בעזרת ה' יתברך
א' פרשת מקץ, כ"ח כסליו, ד' דחנוכה, שנת תשפ"א לפרט קטן
מרת ... תחי'
בנוגע גיין צו טערעפי, איר זאגט איר ווילט גיין אויף טערעפי און איר גייט נישט ווייל איך לאז אייך נישט גיין; ערשטנס, איך זאג נישט פאר א צווייטן וואס צו טון, צווייטנס, איך האב קיינעם נישט געזאגט נישט צו גיין צו טערעפי, אז איר ווילט גיין - זאלט איר גיין, איך זאג נאר אז טערעפי איז א ליגנט, עס העלפט נישט, עס איז א שאד די צייט און א שאד דאס געלט.
אויב איר ווילט גיין, איר טראכט אז טערעפי וועט אייך העלפן - זאלט איר גיין געזונטערהייט, איך וועל זיך פרייען אז איר וועט געהאלפן ווערן; אייער מאן וועט אייך נישט שטערן, איך האב אים געזאגט און געווארנט ער זאל זיך נישט מישן אין דעם, ער זאל טון וואס איר ווילט; מען באצווינגט נישט קיינעם וואס צו טון, יעדער איז בארעכטיגט צו טון וואס איז דאס בעסטע פאר אים.
איך מאך שטענדיג חוזק ביי די שיעורים פון טערעפי, ווייל איך האב רחמנות אויף די אומשולדיגע מענטשן - מענער און פרויען, בחורים און מיידלעך - וואס פאלן אריין אין דעם ליגנט; מען פארברענט טעג, וואכן, חדשים און יארן, עס קאסט אפ שווערע געלטער השם ישמרינו און ביים סוף זאגן די מענטשן אז עס איז א גניבה.
וואס יא? נעמט די עצה פון משיח; דער רבי זאגט (ליקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ב) אז משיח וועט אייננעמען די וועלט מיט תפלה; קיינער וועט נישט טון קיין שום אנדערע סגולה, מען וועט נישט גיין צו קיינעם - נאר צום אייבערשטן. יעדער איינער וואס וועט האבן א צרה וועט וויסן וואס צו טון, מען וועט בעטן דעם אייבערשטן; אפילו גוים, אלע פעלקער - וועלן איינערקענען דעם אייבערשטן.
נעמט אפאר מינוט און גייט אין א זייט ווען די שטוב איז ליידיג, אייער מאן איז ביי די ארבעט, די קינדער זענען אין חדר און אין סקול, איר זענט אין שטוב אליינס מיט די קליינע קינדער - און רעדט צום אייבערשטן אויף אייער שפראך, בעטס אים ער זאל רחמנות האבן אויף אייך, דערציילט אים אלעס וואס ליגט אייך אויפ'ן הארץ, אלעס וואס האט זיך אנגעלייגט במשך די אלע יארן פון קינדווייז אן. שעמט זיך נישט פונעם באשעפער, דערציילט אים אלעס, דער אייבערשטער ווייסט סיי ווי אלעס, ער ווייסט אלעס פונעם מענטש פון דעם גלגול, פון פריערדיגע גלגולים און וואס וועט זיין ווייטער וכו', זאגט פאר'ן באשעפער די ווערטער:
"הייליגער באשעפער העלף מיר, איך בין אריבער א שווערע יוגנט, איך האב געהאט שווערע קינדער יארן, עס איז אריבער אויף מיר ..., איך האב געהאט צוטון מיט מיינע ברידער ..., איך בין אזוי צעבראכן, איך בין אזוי פארמאכט; יעצט קלאפט עס אויס אויף מיין מאן און קינדער, הייליגער באשעפער, איך גיי נישט צו קיינעם ווייל קיינער קען מיר נישט העלפן, דער טערעפיסט איז א בשר ודם וואס קען זיך אליינס נישט העלפן, איז ווי קען ער מיר העלפן?
אייבערשטער, איך גיי נאר צו דיר, איך גלייב אין דיר; דו ווייסט ווי שטארק איך פייניג זיך, דו ווייסט ווי דעפרעסט איך בין; איך האב נישט קיין שייכות מיט מיין מאן, איך האב נישט קיין געפיל צו מיינע קינדער, העלף מיר, העלף מיר בזכות די צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיר, בזכות רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו, אמן".
נאכאמאל, אויב איר ווילט יא גיין, עס איז אייך גרינגער צו גיין צו א פרוי אדער אן אלטע מיידל, א טשאדעלע באדעלע וכו' - קענט איר גיין; איך וועל נאכאמאל רעדן צו אייער מאן ער זאל אייך טראגן און ברענגען וכו'.
איך בעט פאר אייך און פאר אייער גאנצע משפחה, איר זאלט זיין געזונט און האבן נחת פון אלע קינדער.