בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שאלות אין הלכות מוקצה
חיזוק פאר מיידלעך, סקול, שבת קודש, הלכה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת וישב, כ"ג כסליו, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד די תלמידות פון די עלצטע קלאס, בית פיגא ברסלב וויליאמסבורג.


איך האב ערהאלטן אייערע פראגעס.


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט, אויב מען מעג שפילן שבת די שפיל פון מאנאפאלי; על פי הלכה איז עס נישט קיין פראבלעם, מעג מען שפילן די שפיל; אבער עלטערע קינדער, ווי ענקער יארגאנג, איז בעסער מען זאל שפילן אנדערע שפילן וואס איז נישט פון ביזנעס און געלט (עיין שמירת שבת כהלכתה פרק טז, הערה צא).


די צווייטע שאלה וואס ... תחי' פרעגט, א סידי פלעיער אדער אייפא"ד, אויב דאס איז מוקצה מחמת חסרון כיס; עס איז זייער וויכטיג ארויסצוהאבן און פארשטיין וואס איז דער אפטייטש פון "מוקצה מחמת חסרון כיס", אזוי קען מען נאכדעם אליינס וויסן אויף יעדע זאך אויב דאס איז מוקצה מחמת חסרון כיס אדער איז דאס אן אנדערע סארט מוקצה.


מוקצה מחמת חסרון כיס איז א זאך וואס מען געבט אכטונג אויף דעם דאס נישט צו נוצן פאר קיין שום אנדערע זאך; אזא זאך טאר מען נישט מטלטל זיין שבת, אפילו מען דארף די זאך אדער מען דארף די פלאץ וואו עס ליגט. אלע היינטיגע נייע כלים, ווי א טעיפרעקארדער, א סידי פלעיער, א סענסע קליפ, - די אלע זאכן זענען נישט קיין מוקצה מחמת חסרון כיס, ווייל מען געבט נישט אזוי שטארק אכטונג אויף דעם ווי אזוי מען טראגט דאס און וואו מען לייגט דאס.


אויב האט מען גאר א טייערע מאשין וואס מען געבט זייער אכטונג אין די וואכן טעג ווי אזוי מען טראגט דאס; מען ווארפט עס נישט און מען שפילט זיך נישט דערמיט - דעמאלט איז דאס יא א מוקצה מחמת חסרון כיס, עס גייט אן אלע הלכות אז מען טאר דאס נישט מטלטל זיין אפילו לצורך.


מען דארף וויסן אז מוקצה מחמת חסרון כיס האט נישט צוטון נאר מיט די זאך, עס האט אויך צוטון מיט'ן מענטש; אויב דער מענטש איז יא מקפיד אויף דעם, צום ביישפיל איר באקומט א סידי פלעיער אדער א סענסע און איר זענט זייער מקפיד וואו דאס זאל ליגן, איר רירט דאס נישט סתם אזוי, איר האלט דאס זייער טייער ווערט עס פאר יעדן איינעם א מוקצה מחמת חסרון כיס (עיין משנה ברורה סימן שח, סעיף קטן ב).


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט, וועגן א טעלעפאן וואס איז פארלאשן, אויב מען מעג דאס מטלטל זיין שבת; דאס האט צוטון מיט די פריערדיגע ענטפער. עס ווענדט זיך ווי אזוי דער מענטש פירט זיך מיט'ן טעלעפאן, רוב מענטשן זענען נישט מקפיד אויף זייער טעלעפאן; מען ווארפט דאס, מען געבט דאס פאר א קינד צו שפילן, מען האלט דאס נישט אזוי טייער, ביי די מענטשן איז דער טעלעפאן א כלי שמלאכתו לאיסור, מעג מען עס מטלטל זיין פון איין פלאץ צום צווייטן לצורך גופו ומקומו, אבער אויב דער בעל הטעלעפאן האלט זיין טעלעפאן זייער טייער, ער איז זייער מקפיד אויף דעם, ער נעמט דאס נישט ארויס פונעם האלטער, ער געבט דאס נישט פאר קינדער צו שפילן און ער ווארפט דאס נישט - באקומט דער טעלעפאן א דין פון א מוקצה מחמת חסרון כיס און מען טאר דאס נישט רוקן פון איין פלאץ צום צווייטן.


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט, א כלי שמלאכתו לאיסור וואס איז צעבראכן, צום ביישפיל א טעלעפאן וואס ארבעט מער נישט, עס איז צעבראכן און מען נוצט דאס פאר א שפילצייג, אויב מען מעג שפילן מיט דעם שבת? דער ענטפער איז יא, מען מעג שפילן מיט דעם.


די שאלה וואס ... תחי' פרעגט; מען מעג זיך אנלאנען אויף א קאר ווייל מוקצה איז נאר אסור צו מטלטל זיין, אז די מוקצה רוקט זיך נישט, עס איז א שווערע זאך - איז ביי דעם נישטא דער איסור (רמ"א סימן שח, סעיף ג).


לערנט און חזר'ט הלכות שבת, נאך אביסל ווערט איר אלע כלות, איר אלע וועט חתונה האבן; דארפט איר דאך וויסן ווי אזוי מען פירט א אידישע שטוב. איר וועט דארפן מחנך זיין די קינדער, זיי זאגן וואס מען מעג יא טון און וואס מען מעג נישט טון; אז איר וועט נישט לערנען, איר וועט נישט אויסהערן אייער טיטשער - וועט איר נישט וויסן.


איך בעט אייך טייערע תלמידות בית פיגא, די הלכות שיעור איז זייער וויכטיג פאר אלעמען אן אויסנאם; יעדע הלכה איז וויכטיג פאר'ן לעבן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.