בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן
טייערער ליבער ... נרו יאיר
וויסן זאלסטו, נישטא נאך א זאך וואס טוט שטארקן די נערווען ווי התבודדות ותפילה; דאס דערציילן און זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן – מאכט שטארקע נערווען, עס נעמט אוועק אלע נערוועזקייטן, מען באקומט א שטארקע מח.
מענטשן וואס זענען נישט מקורב צום רבי'ן, וואס ווייסן נישט פון די סוד פון התבודדות; אויף זיי איז א גרויסע רחמנות, ווייל ווען עס גייט זיי אריבער עפעס נישט גוט, אדער עפעס א צער, אדער עגמת נפש – דערציילן זיי עס פאר די ווייב, און על פי רוב וואס קען א ווייב טון? וואס פאר א עצות קען זי דען געבן? אנשטאט שטארקן – ווערט מען מער צעבראכן, פול מיט חלישות הדעת, אבער א ברסלב'ער חסיד וואס פאלגט דעם רבי'ן און גייט אביסל התבודדות יעדן טאג, ער דערציילט דעם אייבערשטן אלעס – דאס מאכט שטארקע נערווען, דאס ברענגט א קלארע לויטערע אמונה, מען האט כח אנצוגיין מיט די מצב, מיט די זאכן וואס מען גייט אריבער.
אשרינו אז מיר האבן א רבי וואס געבט אונז חיזוק און עצות מיט א קלארע לויטערע אמונה.