בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די שידוכים וואס ווערן אויס, ברענגען נענטער דעם ריכטיגן שידוך
תפילה והתבודדות, שידוכים, התחזקות, קברי צדיקים, שדכנים

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת מקץ, כ"ז כסליו, ג' דחנוכה, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך בעט דיר זייער, שטארק זיך מיט אלע דיינע כוחות; דער אייבערשטער וועט דיר נישט פארלאזן, דו וועסט טרעפן דיין זיווג.


עס זיך נישט אויף מיט וואס עס איז געווען, מיט וואס דו ביסט אריבער השם ישמרינו. דער רבי זאגט (חיי מוהר"ן, סימן תקצה): א מענטש האט כמה וכמה שידוכים, און אפילו די שידוכים וואס מען טראגט בלויז אן - איז אויך א שידוך, און אמאל דארף מען זיך טרעפן, עס ווערט א שידוך און נאכדעם ווערט עס אויס שידוך, און אמאל דארף מען חתונה האבן און מען גט זיך - אויך צו קענען צוקומען צום ריכטיגן שידוך.


דו וואוינסט דאך אין קרית יואל סמוך ונראה צום ציון פון הייליגן רבי'ן זכותו יגן עלינו מסאטמאר, גיי ארויף יעדן טאג פאר אפאר מינוט און זאג א קאפיטל תהילים פון טיפעניש פון הארץ, בעט דו זאלסט טרעפן דיין שידוך. דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קעג): "עַל יְדֵי הִשְׁתַּטְּחוּת עַל קִבְרֵי הַצַּדִּיקִים הַקָּדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא עוֹשֶׂה לוֹ טוֹבוֹת, אַף עַל פִּי שֶׁאֵינוֹ רָאוּי לְכָךְ", ווען א מענטש גייט אויף קברי צדיקים מתפלל זיין, הערט דער אייבערשטער צו זיינע תפילות.


דו שרייבסט מיר איך זאל זיין דיין שדכן; איך בעט דעם אייבערשטן יעדן טאג אז איך וויל זיין דיין שדכן. דער רבי האט דערציילט (חיי מוהר"ן, סימן פד) ער האט גע'חלומ'ט ווי ער פרעגט אויבן אין הימל וואס ער זאל טון פאר פרנסה, האט מען אים געענטפערט: "דיין פרנסה וועט זיין אז דו וועסט זיין א שדכן", מוהרא"ש האט זיין גאנץ לעבן געטון אין שידוכים, דער רבי זאגט בפירוש (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פט) דער צדיק איז דער שדכן; איך וועל טון פאר דיר.


א ליכטיגן חנוכה.