בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת כי תצא, ח' אלול, שנת תשפ"ב לפרט קטן
... תחי', בית פיגא ירושלים
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
איך פריי זיך זייער צו הערן אז איר האט ליב די נייע שולע בית פיגא אין ירושלים, איר לערנט שיינע זאכן, און איר זאגט תהילים; איר האט שוין געזאגט צען מאל גאנץ ספר תהילים. איך וועל אם ירצה ה' שיקן א מתנה א שיינע ספר תהילים פאר אלע תלמידות פון אונזער נייע שולע בית פיגא ירושלים.
זעט זיך צו פירן מיט דרך ארץ. ביים רבי'ן איז געווען דרך ארץ זייער א וויכטיגע זאך, דער רבי האט זיך אויסגעדרוקט: "ווען די קסרין און קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן מיט מיינע לייט, וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי לערנען דרך ארץ".
וואס איר דארפט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן. געוואוינט זיך צו צו בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער שפראך, אויף אידיש; ווי מער מען רעדט און מען שמועסט מיט'ן אייבערשטן - ווערט מען מער זיכער מיט זיך, מען ווערט זייער א שטארקער מענטש.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.
א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.