בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת קרח, (חקת בא"י), ג' תמוז, שנת תשפ"ו לפרט קטן
מיין טייערער ... נרו יאיר
איך פריי זיך אזוי שטארק אז דו קומסט ביי אונז אין קאנטרי 'אילן החיים', דו וועסט זיין מיט אנשי שלומינו במשך דעם זומער.
איך וויל דיך מחזק זיין דו זאלסט אויסניצן דעם זומער אזוי ווי עס דארף צו זיין. ליבער ברודער, דער יסוד היסודות פון אוועק שטעלן א געזונטע ערליכע שטוב מיט ערליכע דורות - איז די שבת'דיגע סעודות; די שיינע שבת'דיגע סעודות ווערט איינגעקריצט אין די קינדער, דאס האלט זיי, דאס געבט זיי כח זיך צו שטארקן אויף די שווערע נסיונות, און נישט ווערן פארשלעפט פון נישט גוטע חברים; די שבת סעודות האבן א הימלישע כח, עס ליגט אין דעם באהאלטן א הייליגקייט, די קינדער זעען דעם טאטן זיצן אויבן אן זינגען מיט שמחה זמירות, און די מאמע זיצט ווי א מלכה פרייליך און צופרידן; דאס האלט די משפחה, דאס האלט די דורות.
ליבער ברודער, זיי שטארק אין זינגען שבת די זמירות, און זיי פרייליך ביי די סעדות, נישטא עפעס גרעסערס פון זיך פירן בתמימות ופשיטות, פון זינגען ביי די סעודות זמירות. דער הייליגער רבי האט זייער ליב געהאט די פשוט'ע עבודות פון פשוט'ע ערליכע אידן, ער האט זייער ליב געהאט די מענטשן וואס זאגן אלע תחינות און בקשות וואס זענען געדרוקט אין די גרויסע סידורים, אזוי ווי די פשוט'ע אידן פירן זיך. און דער רבי פלעגט אונז זייער אנזאגן און מחזק זיין אז מיר זאלן זינגען זמירות ביי די סעודות שבת, און ער האט זייער מקפיד געווען אויף די מענטשן וואס האלטן זיך פאר חכמים און זינגען נישט קיין זמירות שבת ביי די סעודות און מוצאי שבת ביי מלוה מלכה, און טוען נישט אנדערע פשוט'ע עבודות; "כִּי עִקָּר הַיַּהֲדוּת הוּא בִּפְשִׁיטוּת וּבִתְמִימוּת גָּמוּר בְּלִי שׁוּם חָכְמוֹת", ווייל דער עיקר אידישקייט איז זיך פירן פשוט אן קיין חכמות - ווי א פשוט'ער איד, (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן קד).
מאך נישט סעודות שבת מיט נאך קאפלס, קיין שום גוטס קומט נישט ארויס פון דעם, און אז די 'קאנטרי' מאכט א שבת אינאיינעם - זאלסטו זיך מיט חכמה ארויסדרייען, זאלסט נישט מיט האלטן אזעלכע פארטיס, "בְּנִי אַל תֵּלֵךְ בְּדֶרֶךְ אִתָּם" (משלי א, טו), גיי נישט מיט זיי, האלט דיין שטוב איידל און הייליג, און ביי די סעודות זאלסטו נישט זיין ערנסט, אז דיינע קינדער זאלן זוכן וואו צו אנטלויפן; זאלסט זיין זייער זייער פרייליך, זאלסט מאכן וואס דו קענסט אבי די גאנצע משפחה זאל זיין פרייליך, אבער בתנאי אז דיין שטוב איז א פריוואטע פלאץ, נישטא נאך קאפלס. און אויך א גאנץ יאר זאלסטו נישט גיין צו א חבר אין שטוב אויף סעודות, און רוף נישט דיין חבר צו דיר. הלואי זאלסטו מיך אויסהערן און נישט זיין קיין אויבער חכם, איך וויל נאר דיין שטוב זאל בלייבן גאנץ, איך וויל נאר דיך ראטעווען פון אנקומען אין שאול תחתית, און אז ביי ענק אין 'קאנטרי' איז דא א קידוש - זאלסטו נישט טרינקען קיין וויין און ברוינפן, קיין גוטס וועט פון דעם נישט ארויסקומען, קענסט ווערן ללעג ולקלס פאר די גאנצע קאנטרי, וועסט זיך וואלגערן אין פעלד, די קינדער וועלן דיך באווארפן, זיי וועלן דיך באזינגען; וואס פעלט דיר עס אויס... דער רבי האט נישט געלאזט טרינקען, דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן כו), אז מען קומט צו עבירות דורך טרינקען, זאלסטו מער נישט טרינקען קיין וויין און ברוינפן, נאר צו קידוש און הבדלה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.