בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת ואתחנן, ה' מנחם-אב, שנת תשפ"ו לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
נישט דאס מיינט שלום בית, זיין א קנעכט פאר די ווייב; מיר מאכן יעדן טאג א ברכה ביי ברכת השחר: "שכוח הייליגער באשעפער 'שלא עשני עבד', איך בין קיינעמ'ס קנעכט, איך דין קיינעם נישט, איך דין נאר דיך הייליגער באשעפער"; שלום בית איז - רעדן שיין, ווייך און איידל, שלום בית איז - נישט וויי טון, נישט טשעפען, נישט זיך טענה'ן און נישט מאכן קיין וויכוחים, אבער נישט אז יעדע זאך וואס זי זאגט און וואס זי הייסט - דארף מען מאכן.
ליבער ברודער, איך בעט דיר זייער, שטארק זיך און זיי פרייליך, און דאנק דעם אייבערשטן אויף די גרויסע חסדים אז דו האסט חתונה געהאט, און דו האסט אזא טייערע ווייב, און אז דיין ווייב פארלאנגט פון דיר זאכן וואס דו ביסט נישט ביכולת דאס צו טון - זאלסטו זיך נישט צעקוועטשן, זאלסט בלייבן שטארק און פרייליך, זאלסט איר נישט וויי טון, זאלסט נאר זאגן אז דאס איז דיר שווער צו טון, נעם די עצה פון הייליגן רבי'ן, גיי א שפאציר, דו מיטן אייבערשטן אליינס, שמועס אויס דיין הארץ מיטן אייבערשטן, דערצייל אים דיינע געפילן, דערצייל אים דיינע מחשבות, דערצייל אים ווי דו שפירסט זיך אזוי צעקוועטשט, בעט אים ער זאל דיר געבן פארשטאנד, דו זאלסט וויסן ווי אזוי צו בויען א שיינע שטוב, און אין די זעלבע צייט - זיין א קנעכט נאר פארן אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.