בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שלעפ נישט אראפ דיין ווייב פון איר צניעות
צניעות, קאמפלימענטס, חינוך הילדים, שלום בית, שאלות, ספיקות

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת פקודי, כ"ו אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


שלעפ נישט אראפ דיין ווייב פון איר צניעות, פריי זיך אז זי וויל גיין אנגעטון איידל; וויי און ביטער ווערט ווען די ווייב הויבט אן זאגן אז דאס פעלט נישט אויס, יענץ פעלט נישט אויס - דעמאלט איז נישטא וואס צו מאכן, ווייל ווען די ווייב פארלירט איר געפיל אין איידלקייט - קען מען איר נישט באצווינגען.


עס קומען צו מיר טייערע אינגעלייט זיי וויינען צו מיר וואס זיי זאלן טון, זייער ווייב הויבט אן זיך פירן נישט ווי אזוי מען דארף; אן שטרומפ, קורצע קליידער וכו' וכו', השם ירחם; אז דיין ווייב האט אן אפמאך נאר צו גיין מיט א געוויסע סארט שטרומפ - זאלסטו נישט לאכן פון איר.


דער מאן דארף שטענדיג זאגן גוטע ווערטער פאר די ווייב בנוגע איר צניעות. נישט נאר פאר די ווייב, מען דארף זאגן פאר די קינדער; די גוטע ווערטער געבט כח מען זאל בלייבן גוט, סיי מיט די אינגלעך, סיי מיט די מיידלעך. זוך צו געבן א גוט ווארט יעדן טאג פאר דיינע קינדער, צום ביישפיל, ווען דו זעסט דיין קינד גרייט אן נעגל וואסער, זאלסטו זאגן הויך: "מאמי, קוק ווי וואויל דער קינד איז, ער גרייט אן נעגל וואסער"; עס קען זיין אז די איין גוט ווארט וואס ער הערט יעצט וועט אים טראגן זיין גאנץ לעבן אנצוגרייטן נעגל וואסער. אז דו זעסט דיין טאכטער - זאלסטו איר געבן א גוט ווארט, זאג הויך: "מאמי קוק ווי שיין צניעות'דיג זי איז"; דאס וועט איר געבן א שטארקייט צו בלייבן גוט.


דער רבי האט געזאגט פאר רבי נתן (שיחות הר"ן, סימן קיט): "עס איז א גרויסע מדריגה אפילו א מענטש איז נאכנישט קיין צדיק ער זאל פארגינען א צווייטן צו זיין א צדיק"; אז דו ביסט נאכנישט ביי דעם, דו כאפסט נישט דאס גרויסקייט פון אזא שטרומפ אדער א צווייטע סארט שטרומפ, און דו זעסט דיין ווייב ווי זי איז שטארק צו גיין נאר אזוי וכו' - זאלסטו איר זאגן: "איך פריי זיך אז דו ביסט שטארק מיט איידלקייט".


בנוגע וכו'; איך קוק גוט אויף דיר, האב נישט מורא צו שרייבן דיינע ספיקות; זיי נישט פון די וואס האלטן זיך צוריק צו פרעגן ווייל אפשר וועט דער ראש ישיבה טראכטן אז מען איז צעדרייט; עס איז נישט אזוי, ווייל כל זמן מען פרעגט, ווי צעדרייט מען זאל זיין - ווערט מען אויסגעגראדט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.