בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - די שמחה פון צינדן חנוכה לעכט, זאל איבעררינען אויף די משפחה
שמחה, תודה והודאה, חנוכה, חומרות

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת מקץ, כ"ג כסליו, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מארגן נאכט צינדן מיר שוין די הייליגע מנורה, דער עיקר זאלסטו זען עס זאל זיין פרייליך אין שטוב, מאך די מצוות מיט גרויס שמחה, בעט אסאך דעם אייבערשטן אויף שמחה, און ווען דו טוסט די מצוות - זאלסטו אריינלייגן דיינע פרומקייטן אין איין זאך, נאר אין זיין פרייליך און צו טון די מצוה מיט א חיות, נישט מיט קיין עצבות ומרה שחורה.


דער סמ"ך מ"ם קומט צו די ערליכע אידן מיט א פארשטעלאכטס פון חומרות, ער נעמט די שעדליכע זאך פון עצבות ומרה שחורה, די שעדליכע זאך פון איבערטראכטן און די מחשבות 'יא יוצא געווען? נישט יוצא געווען?' און ער טוט דאס אן מיט א פרומע קלייד, מיט די נאמען 'חומרות' און מיט די נאמען 'זיין א מהדר', אבער זיין כונה איז - אראפ צו ווארפן דעם מענטש אין עצבות ומרה שחורה, אין נוקבא דתהומא רבא רחמנא לצלן.


בעט דעם אייבערשטן נאר אויף שמחה; ווען דו גייסט צינדן די הייליגע לעכט, די נירות חנוכה - זאלסטו נאר זיין פרייליך, עס זאל איבער רינען פון דיין שמחה אויף דיין משפחה.


חנוכה איז א צייט פון דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן אויף די חסדים וואס דער אייבערשטער טוט מיט אונז.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.