בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת אחרי-קדושים, ג' אייר, שנת תש"פ לפרט קטן
מרת ... תחי'.
שרייב זיך ארויס פון אלע מעסעדזש גרופס, אפילו פון די גרופ וואס רופט זיך: "ברסלב גרופ" אדער "ברסלב'ע פרויען" וכדומה; אויב איז דאס סתם בויך וויי פון יעדן איינעם זאלסטו זיך אראפשרייבן פון דעם, א שאד אוועק צו געבן טייערע צייט, קאפ און מח פאר נארישקייטן.
דער אמת איז אז ווען מיר האבן געעפנט די גרופ פאר ברסלב'ע פרויען האט מען דאס געעפנט נאר פאר חסד - זיך העלפן איינער דעם צווייטן; איינער פרעגט אן עצה פונעם צווייטן, איינער פרעגט ווי אזוי מען קאכט און באקט, אדער צו מודיע זיין ווען עס איז דא שיעורים, חדר און סקול, אבער אז עס ווערט א גרופ פון אויסגעבן בויך ווייטאג איז זיכער כדאי דו זאלסט אראפגיין פונעם גראפ.
עס איז גוט צו האבן א גרופ צווישן די פרויען וואו מען שרייבט און מען פרעגט נאר פאר חסד זאכן וכדומה, אבער סתם אויסשווענדן צייט איז ממש אן עבירה; די טעקסט מעסידזשעס לאזט נישט עסן, לאזט נישט שלאפן און לאזט נישט האבן צייט פאר די מאן און קינדער.
בנוגע צי מען מעג עסן פרייטאג צו נאכטס נאך ליכט צינדן; ווען א פרוי מאכט די ברכה "להדליק נר של שבת" - איז זי מקבל שבת, דעריבער דארף די פרוי קודם אנצינדן די ליכט און נאכדעם מאכן די ברכה, ווייל ווי נאר זי מאכט די ברכה ווערט ביי איר שבת, דערפאר טאר זי נישט צינדן די ליכט נאך די ברכה; און אז מען האט מקבל שבת געווען און מען וויל עסן דארף מען קודם מאכן קידוש, מען טאר נישט עסן פאר מען הערט קידוש, דעריבער אויב איז מען הונגעריג און מען קומט נישט אן צו עסן פאר ליכט צינדן זאל מען טראכטן בשעת מען צינדט די ליכט אז מען איז נישט מקבל שבת, אזוי קען מען עסן נאך ליכט צינדן, און שפעטער בשעת מען דאווענט דעמאלט איז מען מקבל שבת.
בנוגע יום טוב, איז נישט קיין שאלה צי מען מעג עסן ווייל מען צינדט אן די ליכט ביי די סעודה.
בנוגע די קאפ צודעק; אפילו מען שערט זיך אפ דארף מען נאך אלץ אכטונג געבן אז די קאפ זאל זיין צוגעדעקט, און די שכר פאר דעם איז קינדער צדיקים.
בנוגע פאלגן עלטערן; פריוואט ביי דיר קענסטו זיך פירן אויף דיין וועג, און אין געגנווארט פון זיי זאלסטו פרובירן פאלגן און טון ווי אזוי זיי בעטן דיר.
בנוגע לאזן דעם שבת טישטוך ביז זונטאג אינדערפרי; עס איז דא אזא מנהג צו לאזן דער ווייסן טישטוך ביז זונטאג אינדערפרי, דאס איז מסוגל לפרנסה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט זוכה זיין צו בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, זיי וועלן זיין ברסלב'ע חסידים, ערליכע אידן.