בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - שרייען אויף קינדער פון פארלוירנקייט, העלפט נישט
מוסדות, דרך ארץ, הדרכות, חיזוק פאר מחנכים

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת וירא, י"א מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר, מנהל תלמוד תורה היכל הקודש קרית ברסלב


נעכטן איז געווען ביי מיר האברך ... נרו יאיר, ער איז געקומען רעדן צו מיר וועגן זיינע פריוואטע זאכן. בתוך הדברים האב איך אים געפרעגט אויב זיינע קינדער קומען אהיים פרייליך פון חדר, זאגט ער אז זיינע קינדער זענען זייער זייער פרייליך, נאר איין זאך, זיין קינד פון כיתה ... זאגט אז דער מלמד הערט נישט אויף שרייען: "דרך ארץ", "דרך ארץ", און אויך זיין זון פון כיתה ... זאגט אז דער מלמד דארף א גאנצן צייט שרייען: "דרך ארץ, דרך ארץ"; וויל איך דיר בעטן זאלסט מחזק זיין די מלמדים זיי זאלן וויסן וויפיל צו זאגן און וויפיל צו פארלאנגען, און אויב מען שרייט פון פארלוירנקייט העלפט נישט דאס שרייען, עס מאכט נאר ערגער.


אויך זאלסטו מיר מודיע זיין יעדע פרט ופרט וואס טוט זיך אין חדר; סיי פון די מלמדים און סיי פון די באס דרייווערס, פון די באס מלמדים און פון די מענידזשער; איך וויל זיין אין חדר, איך וויל וויסן יעדע פרט פון חדר, ווייל דאס איז ביי מיר וויכטיגער פון יעדע זאך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.