בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - א שרעקעדיגע איבערגאנג אלס קינד, מען האט מורא חתונה צו האבן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מנוולים, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער שרעקעדיג צו הערן וואס איר זענט אריבער וכו' וכו'; איינער פון אייער משפחה האט אייך באצווינגען רחמנא לצלן און יעצט ווען איר שטייט איידער אייער חתונה - ווערט אייך שלעכט, איר קענט נישט טראכטן פון חתונה האבן, איר שפירט ווי איר קענט עס נישט דערהייבן.


וויסן זאלט איר א כלל אין לעבן: "פון יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס, אז עס איז געווען א וועג אריין אינעם פראבלעם, איז בודאי דא א וועג ארויס"; בפרט אז מען באנוצט זיך מיט די עצה פון הייליגן רבי'ן, 'תפילה והתבודות', מען בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן - איז מען זוכה ארויס צו קריכן פונעם צרה.


דער הייליגער רבי האט דערציילט ממש אזא מעשה, פון א כלה וואס איז נעבעך פארכאפט געווארן ביי די נישט גוטע. דער רבי האט דערציילט (מעשה א, ספורי מעשיות) מען האט פרובירט גיין צו אלע סארט טערעפי, צו אלע גרויסע מענטשן און ווילדע מענטשן, קיינער האט נישט געטראפן א וועג איר אויסצוהיילן, ביז מען האט זיך דערוואוסט פון א גאלדענע בארג און א פערל שלאס, דעם צדיק'ס עצות פון תפילה והתבודדות, ביז מען האט איר ארויסגענומען פון די נישט גוטע.


זארגט נישט, האט נישט מורא, גייט צו מאמע רחל'ס קבר און זאגט די תפילה יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער איך האב א פראבלעם, איך גיי נאך אביסל חתונה האבן און איך בין זייער דערשראקן פון לעבן מיט א מאן, נאכדעם וואס איך בין אריבער אלס מיידל ווען מען האט מיך באצווינגען מיט אן עבירה, איך קען נישט טראכטן פון חתונה האבן, אנשטאט איך זאל זיך פרייען אז די חתונה טאג ווערט נענטער און נענטער - ווער איך מער דערשראקן, ווייל עס קומט מיר ארויף דאס וואס מען האט מיך באצווינגען מיט עבירות.


אנא ה' העלף מיר, נעם ארויס פון מיר די פחד און לייג אריין אין מיר א שמחה, איך זאל זיין פרייליך, איך זאל וועלן חתונה האבן און וועלן לעבן מיט א מאן אזוי ווי אלע געזונטע ערליכע אידן לעבן, הייל מיך אויס, מאך מיך רואיג, העלף מיר איך זאל פארגעסן וואס האט פאסירט מיט מיר און איך זאל ווערן געזונט.


אנא ה', איך וויל א שטארקע אמונה, צו וויסן און געדענקען אז אלעס ביסטו, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דיר, דו ביסט אלעס, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס; נישטא קיין מציאות אן דיר. איך וויל א לויטערע אמונה, ווייל נאר מיט אמונה קען מען לעבן; אזוי האבן די הייליגע צדיקים געזאגט: 'מי שיש לו אמונה', ווער עס האט אמונה - 'חייו חיים', לעבט א לעבן; העלף מיר זיסער טאטע איך זאל האבן א לויטערע און קלארע אמונה, וויסן אז דו ביסט ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבלעדיך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם, דו האסט זיך פארשטעלט אין דומם, צומח, חי, מדבר.


העלף מיר איך זאל גיין צו מיין חתונה מיט שמחה, און מיין גאנצע לעבן זאל ווערן נאך מער און נאך מער פרייליך, אמן".


איך זאג אייך צו, אויב איר וועט נעמען די עצה פון רבי'ן ערנסט, איר וועט זאגן די תפילה יעדן טאג ביז די חתונה - וועט איר גיין צו די חתונה מיט שמחה און איר וועט וועלן לעבן אזוי ווי דער אייבערשטער האט געהייסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.