בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#17 - לערנט נישט מיט א כלה, נאר אויב די מאמע בעט עס
הדרכות, כלה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת כי תשא, י"ח אדר א', שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


זוכט אייך נישט קיין פראבלעמען, נעמט נישט אן צו לערנען מיט כלות אן די רשות פון די עלטערן; נישטא אזא זאך לערנען מיט א כלה אונטער די עלטערנ'ס רוקן. אז א מאמע רופט אייך בעטן צו לערנען – זאלט איר לערנען, און אז די כלה אליינס רופט, זאלט איר זאגן שיינערהייט בעט דיינע עלטערן זאלן רופן באשטעלן.


מיט ווייבלעך איז שוין אן אנדערע מעשה, אז א ווייבל קומט בעטן הילף, זי וויל מען זאל איר לערנען ווי אזוי צו לעבן אויף די וועג פון די הייליגע תורה - זאלט איר דאס טון, אבער כל זמן מען איז נאך אונטער די עלטערן – זאלט איר ווארטן די עלטערן זאלן אייך רופן.


איר דארפט נישט פרעגן יעדע מאל באזונדער; איר לערנט נישט מיט קיין כלות נאר אויב די מאמע רופט אייך.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#16 - אז מיך פאלגסטו נישט, זאג נישט דער ראש ישיבה איז דיין מורה דרך
רעדן, מורה דרך, חתן, כלה, דרך הלימוד

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת משפטים, שובבי"ם, כ"ז שבט, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד החתן ... נרו יאיר


אדער פאלגסטו, אדער גיי מיט די וועג ווי דיינע עלטערן פירן זיך; ווייל אז מיך פאלגסטו נישט – זאלסטו נישט זאגן פאר דיינע עלטערן אז דער ראש ישיבה איז דיין מורה דרך.


מערסטנס קענסטו רעדן צען מינוט און אויך נאר מיט שכל וכו' וכו', און אז דו פאלגסט נישט, דו רעדסט יעדן טאג חתן כלה שעות, און מען רעדט וכו' וכו' – דארפסטו טון ווי מען פירט זיך ביי ענק אין די משפחה, אז חתן כלה רעדן נישט.


זיי שטארק אין לערנען יעדן טאג דיינע שיעורים כסדרן חק ולא יעבור, מקרא, משנה, גמרא. אויך זאלסטו זיך שטארקן מיט דאווענען מיט מנין די דריי תפילות יעדן טאג.

#15 - א שרעקעדיגע איבערגאנג אלס קינד, מען האט מורא חתונה צו האבן
תפילות אויף אידיש, תפילה והתבודדות, מנוולים, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך - יום ג' פרשת דברים, כ"ט תמוז, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', ירושלים


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


עס איז זייער שרעקעדיג צו הערן וואס איר זענט אריבער וכו' וכו'; איינער פון אייער משפחה האט אייך באצווינגען רחמנא לצלן און יעצט ווען איר שטייט איידער אייער חתונה - ווערט אייך שלעכט, איר קענט נישט טראכטן פון חתונה האבן, איר שפירט ווי איר קענט עס נישט דערהייבן.


וויסן זאלט איר א כלל אין לעבן: "פון יעדע פראבלעם איז דא א וועג ארויס, אז עס איז געווען א וועג אריין אינעם פראבלעם, איז בודאי דא א וועג ארויס"; בפרט אז מען באנוצט זיך מיט די עצה פון הייליגן רבי'ן, 'תפילה והתבודות', מען בעט יעדן טאג דעם אייבערשטן - איז מען זוכה ארויס צו קריכן פונעם צרה.


דער הייליגער רבי האט דערציילט ממש אזא מעשה, פון א כלה וואס איז נעבעך פארכאפט געווארן ביי די נישט גוטע. דער רבי האט דערציילט (מעשה א, ספורי מעשיות) מען האט פרובירט גיין צו אלע סארט טערעפי, צו אלע גרויסע מענטשן און ווילדע מענטשן, קיינער האט נישט געטראפן א וועג איר אויסצוהיילן, ביז מען האט זיך דערוואוסט פון א גאלדענע בארג און א פערל שלאס, דעם צדיק'ס עצות פון תפילה והתבודדות, ביז מען האט איר ארויסגענומען פון די נישט גוטע.


זארגט נישט, האט נישט מורא, גייט צו מאמע רחל'ס קבר און זאגט די תפילה יעדן טאג:


"הייליגער באשעפער איך האב א פראבלעם, איך גיי נאך אביסל חתונה האבן און איך בין זייער דערשראקן פון לעבן מיט א מאן, נאכדעם וואס איך בין אריבער אלס מיידל ווען מען האט מיך באצווינגען מיט אן עבירה, איך קען נישט טראכטן פון חתונה האבן, אנשטאט איך זאל זיך פרייען אז די חתונה טאג ווערט נענטער און נענטער - ווער איך מער דערשראקן, ווייל עס קומט מיר ארויף דאס וואס מען האט מיך באצווינגען מיט עבירות.


אנא ה' העלף מיר, נעם ארויס פון מיר די פחד און לייג אריין אין מיר א שמחה, איך זאל זיין פרייליך, איך זאל וועלן חתונה האבן און וועלן לעבן מיט א מאן אזוי ווי אלע געזונטע ערליכע אידן לעבן, הייל מיך אויס, מאך מיך רואיג, העלף מיר איך זאל פארגעסן וואס האט פאסירט מיט מיר און איך זאל ווערן געזונט.


אנא ה', איך וויל א שטארקע אמונה, צו וויסן און געדענקען אז אלעס ביסטו, עס איז גארנישט דא אויף די וועלט אויסער דיר, דו ביסט אלעס, דו מאכסט אלעס, דו טוסט אלעס; נישטא קיין מציאות אן דיר. איך וויל א לויטערע אמונה, ווייל נאר מיט אמונה קען מען לעבן; אזוי האבן די הייליגע צדיקים געזאגט: 'מי שיש לו אמונה', ווער עס האט אמונה - 'חייו חיים', לעבט א לעבן; העלף מיר זיסער טאטע איך זאל האבן א לויטערע און קלארע אמונה, וויסן אז דו ביסט ממלא כל עלמין וסובב כל עלמין, אין שום מציאות מבלעדיך כלל, ובכל תנועה ותנועה שם אלופו של עולם, דו האסט זיך פארשטעלט אין דומם, צומח, חי, מדבר.


העלף מיר איך זאל גיין צו מיין חתונה מיט שמחה, און מיין גאנצע לעבן זאל ווערן נאך מער און נאך מער פרייליך, אמן".


איך זאג אייך צו, אויב איר וועט נעמען די עצה פון רבי'ן ערנסט, איר וועט זאגן די תפילה יעדן טאג ביז די חתונה - וועט איר גיין צו די חתונה מיט שמחה און איר וועט וועלן לעבן אזוי ווי דער אייבערשטער האט געהייסן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#14 - אנטון א טיכל נאך די חתונה, און זוכה זיין צו קינדער צדיקים
קינדער, צניעות, סגולות, תהלים, סיפורי צדיקים, כלה, טיכל

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת תולדות, כ"ו מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', תלמידה בית פיגא


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך פריי זיך זייער אז איר זאגט תהילים און איר האט שוין געזאגט הונדערט מאל גאנץ ספר תהילים. דער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן צב) תהילים איז אזוי ווי א וואקער; ווען איינער קען נישט גיין חס ושלום, אדער מען איז עלטער און מען וויל נישט פאלן - כאפט מען זיך אן אין א וואקער, אויף א משענת; אזוי איז תהילים, אז מען זאגט תהילים פאלט מען נישט.


וואויל איז אייך כלה אז איר גייט אנטון א טיכל נאך די חתונה. די צדיקת אדל, דעם בעל שם טוב'ס טאכטער - איז געגאנגען מיט א טיכל. דער הייליגער רבי'ס מאמע, די צדיקת פיגא עליה השלום איז געגאנגען א טיכל. דער רבי'ס ווייב, די צדיקת סאשיא עליה השלום איז געגאנגען מיט א טיכל. אויך מוהרא"ש'ס מאמע, מלכה עליה השלום - איז געגאנגען מיט א טיכל; זיי האבן אלע זוכה געווען צו קינדער צדיקים.


איך וואונטש אייך א ברכה, דער אייבערשטער זאל אייך געבן ערליכע קינדער. מוהרא"ש דערציילט, ווען דער הייליגער בעל שם טוב זכותו יגן עלינו איז געווען אויפ'ן וועג קיין ארץ ישראל איז ער געווען אין איסטאנבול אויף פסח, האט דער הייליגער בעל שם טוב געזאגט, ער האט געזען דארט אינגעלייט מיט זייער הייליגע נשמות, זיי האבן געהאט נשמות פון תנאים; אלס צוליב די צניעות פון זייערע מאמעס, די פרויען דארט זענען געווען זייער איידל; זעט מען וואס מען איז זוכה ווען מען גייט אנגעטון איידל.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#13 - הדרכות פאר א כלה
תודה והודאה, שבת ליכט, חתונה, שמחות, הדרכות, כלה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת קרח, ב' תמוז, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו, מזל טוב!


איך וועל אייך ענטפערן אויף אייערע פראגעס:


די כלה גייט נישט צום באווארפן, די באווארפן איז נאר פאר די חתן.


קריאת שמע של אריז"ל איז פאר יעדן איינעם.


די נאכט פון די חתונה זאלט איר נאר ליינען די ערשטע קאפיטל, ביז "ובשעריך".


דריי טבילות, מען טובל'ט זיך איינגעבויגענערהייט.


מען צינדט צוויי אויל לעכט כנגד זכור ושמור און פיר לעכט אנטקעגן די פיר אותיות פון שם הוי"ה ברוך הוא, און ווען עס ווערט געבוירן א קינד לייגט מען צו נאך א לעכט.


הדרכות פאר'ן לעבן; איר זאלט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן, אויך זאלט איר דאנקען אייערע עלטערן און רעדן שיין צו אייער מאן.


גייט צו די חופה מיט די רעכטע פוס, בשעה טובה ומוצלחת.


געבט א מזל טוב פאר אייערע עלטערן.

#12 - עטליכע הדרכות און הנהגות פאר א כלה
שאלות, כשרות, הדרכות, לשון הרע, כלה, יום החופה, קמיע

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהעלותך, י"ג סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


בנוגע הכשרים וכו'; די צוויי הכשרים וואס איר האט זיך אונטערגענומען צו עסן – זענען גוטע הכשרים. בלייבט שטארק מיט דעם גדר, אויך נאך די חתונה זאלט איר נאר עסן די הכשרים, בפרט ביי פלייש. דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן לז) אלע צרות און חסרון פרנסה קומט פון נישט ערליכע שוחטים; דעריבער דארף מען זייער אכטונג געבן צו עסן נאר פון גוטע הכשרים.


בנוגע פאסטן ביום החופה, איר דארפט טרינקען אביסל וואסער ביים אראפשלינגען די מעדעצין; אז מען עסט און מען טרינקט פחות מכשיעור - איז עס נישט קיין פראבלעם, עס איז נאכאלץ גערעכנט ווי מען פאסט.


בנוגע רעדן מיט די מאן וכו'; דער רבי זאגט (ספר המדות אות לשון הרע, סימן ז): "בְּנֵי אָדָם שֶׁאוֹהֲבִים זֶה אֶת זֶה", מענטשן וואס זענען זייער נאנט און האבן זיך ליב, "מֻתָּר לוֹמַר זֶה לָזֶה מֵאֵיזֶה דָּבָר שֶׁשָּׁמַע מֵאֵיזֶה אָדָם", מעג איינער זאגן פאר דעם צווייטן פון וועם מען האט געהערט, "גַּם חֲבֵרוֹ מֻתָּר לְקַבֵּל דְּבָרָיו", און דער חבר קען דאס אננעמען, "וְאֵין בּוֹ מִשּׁוּם לִשָּׁנָא בִּישָׁא", עס איז נישטא דא קיין לשון הרע.


בנוגע גיין מיט די קמיע אונטער די חופה וכו'; דער מנהג איז אז אונטער די חופה האלט מען נישט מיט זיך קיין שום זאך, מען נעמט אראפ פון זיך אלע איבריגע זאכן.


בנוגע וכו'; וואס האט דאס מיט אייך צו טון? מישט אייך נישט אין קיין שאלות וואס האט מיט גרויסע רבנים; איר זאלט נאר גיין וכו' וואו עס איז דא א גוטע הכשר פון אן ערליכער רב, יא פילטער נישט פילטער - דאס האט נישט מיט אייך צו טון.


בנוגע וכו'; אונזערע לערערינס וואס לערנען מיט כלות טוען דאס נישט פאר געלט, מוהרא"ש האט אונז געווארנט ביים לערנען מיט חתנים און כלות נישט צו נעמען קיין געלט, אז אייערע עלטערן וועלן געבן - וועלן זיי נעמען, אבער דאס טוען מיר נישט פאר געלט.


גייט צו די חתונה מיט א שמחה; אייערע ליפן זאלן נישט אויפהערן שעפשען לויב צום אייבערשטן און תפילה אויף ווייטער.

#11 - לאזט אייך אפ פון די פארדארבענע כלה
חברים, צניעות, התחזקות, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת בחוקותי, כ"ד אייר, ל"ט לעומר, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי', ברסלב


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


איך זאג אייך נאכאמאל איר זאלט איר אפלאזן, הערט אויף רעדן מיט איר; ווייל א כלה וואס האט שטילערהייט שייכות מיט א פרעמדער מאן - איז א פארדארבענע, א שלעכטע, א קראנקע.


וואלט דאס געווען א מיידל - איז עפעס אנדערש; ווען עס וועט קומען צו אייך א מיידל און דערציילן וואס גייט איבער אויף איר, זאלט איר זי מחזק זיין, אבער אז מען טרעפט שוין א שידוך, מען האט א חתן און מען פאפט אויס דעם חתן, מען האלט ווייטער קשר מיט א פרעמדן מאן - אזא איינע איז א שלעכטע; שטייט ווייט פון דעם.


אז איר ווילט טון אנדערש - קענט איר טון ווי אזוי איר פארשטייט, איך זאג אייך וואס איך טו.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#10 - איך וועל אם ירצה ה' ענטפערן אלעס וואס איז נוגע פאר אייך
כיבוד אב ואם, סקול, בריוו, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת אחרי ב', כ"ד ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


הכלה ... תחי', תלמידה בית פיגא


אויף אייער פראגע ווען צו קובע זיין די חתונה; דאס האט מיט אייערע חשוב'ע עלטערן און מיט די חתן'ס עלטערן, דאס האט נישט מיט אייך.


דאנקט דעם אייבערשטן אויף אייערע חשוב'ע עלטערן און אויך פאר אייער חתן מיט זיינע חשוב'ע עלטערן. איר קענט מיר פרעגן פראגעס וואס האט מיט אייך; אם ירצה ה', יארן ארום ווען אייערע קינדער וועלן האלטן ביים חתונה האבן, דעמאלט וועט איר מיר פרעגן ווען עס איז גוט צו קובע זיין דעם יום החתונה.


בנוגע ארבעטן אין בית פיגא; דאס ווייסט איר אוודאי, אז וואס די מנהלת תחי' טוט – איז געווארן דורכגערעדט מיט מיר, אז זי בעט אייך צו קומען ארבעטן פאר בית פיגא – איז דאס אזוי ווי איך בעט אייך דאס, עס פעלט נישט אויס צו איבערפרעגן פריוואט אדער ווארטן אויף אויפמערקזאמקייט; תלמידות בית פיגא דארפן זיין אזוי געטריי פאר בית פיגא, העלפן בית פיגא - אפילו אן באקומען א באזונדערע פארציע אטענשן.


פרעגט מיר אלע אייערע פראגעס, איך וועל אם ירצה ה' ענטפערן אלעס וואס איז נוגע פאר אייך.

#9 - מען מעסט א מענטש לויט וואס ער וויל און בענקט צו זיין
רצונות, התחדשות, חתונה, חתן, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת מצורע, ב' ניסן, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי'


אז איר ווילט זיין גוט, איר ווילט זיין וואויל – זענט איר גוט און וואויל; ווייל מען מעסט נישט דעם מענטש לויט זיינע מעשים וואס ער טוט, מען מעסט דעם מענטש לויט זיינע רצונות, מען קוקט וואס דער מענטש וויל זיין, וואס דער מענטש בענקט צו זיין; ווער עס וויל זיין גוט, ווער עס בענקט צו זיין וואויל - דער איז זייער חשוב אויבן אין הימל.


הערט זיך אויף צו צעברעכן, קלאפט זיך נישט אראפ, טאנצט איבער אלעס וואס איר האט געטון ביז אהער, הויבט אן א נייע בלעטל אין לעבן. איר גייט יעצט צו אייער חתונה, פארגעסט וואס איז געווען ביז אהער. דער הייליגער רבי האט אמאל געזאגט פאר א חתן (חיי מוהר"ן, סימן תקפו) חכמינו זכרונם לברכה זאגן (כתובות יז.): "כֵּיצַד מְרַקְּדִין לִפְנֵי הַכַּלָּה", דער רבי האט אים דאס מסביר געווען: "כֵּיצַד 'מְרַקְּדִין וּמְדַלְּגִין' עַל מַה שֶּׁהָיָה לִפְנֵי הַכַּלָּה, הַיְנוּ לִפְנֵי הַחֲתֻנָּה", מרקדים איז טייטשט טאנצן און שפרינגען, מען דארף איבערשפרינגען וואס איז געווען פאר די חתונה; א חתן און כלה דארפן פארגעסן די גאנצע עבר, מען דארף אנהייבן פונדאסניי.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#8 - מאכט אייך א שיעור צו לערנען די הלכות
הלכה, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת פקודי, כ"ח אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


די חשוב'ע כלה ... תחי', תלמידה בית פיגא


מאכט אייך א שיעור צו לערנען די הלכות. דער ספר איז זייער א שיינע ספר, שיין געשריבן די הלכות; אזוי וועט איר וויסן ווי אזוי זיך צו פירן, ווי צו היטן די אידישע וועג.


דער ראש ישיבה.

#7 - גיין צו די חתונה אן אויסקוועטשן צענדליגער טויזנטער דאלער פון די עלטערן
כיבוד אב ואם, תודה והודאה, שלום בית, אידיש געלט, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


אייער חתן ... נרו יאיר לערנט זייער פלייסיג אין ישיבה, אויך פירט ער זיך מיט זייער גוטע מידות, ער גרויסט זיך נישט אויף אנדערע, ער רעדט שיין צו אלעמען. איך פריי זיך פאר ענק, איר וועט אינאיינעם האבן א גוטע זיסע לעבן.


קלוג זענט איר אז איר גייט צו אייער חתונה אן אויסקוועטשן צענדליגער טויזנטער דאלער פון אייער טייערער טאטע נרו יאיר, הלואי אלע כלות זאלן זיך אזוי פירן. עלטערן וואלטן זיך געווינטשן צו האבן א כלה א תלמידה בית פיגא וואס דארף גארנישט; וואס איז צופרידן מיט א קלייד פון גמ"ח, פאלשע בלומען, חתונה אין בית המדרש; די עלטערן קענען זיך מיט פרייען מיט די גאנצע הארץ.


אייערע ליפן זאלן נישט אויפהערן זאגן: "שכוח אייבערשטער פאר מיין שיינע לעבן".

#6 - איך האב זייער הנאה געהאט ביי די נסיעה פון די טייערע אינגעלייט פון ארץ ישראל
חברים, סקול, הכרת הטוב, נסיעה, פרנסה, ארץ ישראל, חתן, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת וישב, כ"א כסליו, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


מרת ... תחי'


איך וויל אייך דערציילן פון מיין נסיעה, איך האב זייער הנאה געהאט פון די נסיעה; מיר האבן געדאווענט ביי די הייליגע צדיקים, עס איז געווען זייער שיין.


איך וויל אייך זאגן, דאס מערסטע האב איך הנאה געהאט ביי די נסיעה פון די טייערע אינגעלייט פון ארץ ישראל, איך האב זיי שוין אלע געקענט פון פארדעם, שוין גערעדט מיט זיי, אבער ווען מען זיצט אינאיינעם טעג און נעכט אויף א באס; מען פארט, מען עסט, מען שלאפט און מען איז מיד אינאיינעם - דעמאלט באקענט מען זיך מער. דער איד ..., ... און ... דאס זענען אזעלכע טייערע מענטשן, נארמאלע מענטשן, מענטשן מיט ישוב הדעת, באזעצענע מענטשן; איך האב זייער הנאה געהאט צו זיין מיט זיי די גאנצע נסיעה.


איך האף אז אלעס איז ביי אייך גוט, איך האב געבעטן פאר אייך ביי די צדיקים, איך בעט כסדר פאר אייך; נישט אלעמאל קומט מיר אן צו ענטפערן בריוו, זאלט איר נישט מיינען אז איך האב פארגעסן פון אלע גוטע זאכן וואס איר האט מיר געטון במשך אלע יארן, איך געדענק גוט אלע גוטע זאכן, איך בעט פאר אייך כסדר פאר אייער מאן און קינדער; אז איך וועל קומען קיין ארץ ישראל וועל איך נאכאמאל קומען צו אייך.


זאגט פאר די כלה ... תחי' אז זי קען גיין ארבעטן צו קענען העלפן אירע עלטערן חתונה מאכן, זי דארף נישט בלייבן אין סקול.


בנוגע רעדן מיט די חתן; זאל זי פרעגן אירע עלטערן. מוהרא"ש האט געהאלטן אז חתן כלה קענען רעדן אויפ'ן טעלעפאן, אבער דאס דארף זיין מיט די הסכמה פון די עלטערן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.

#5 - אלס כלה דארף מען זיך שטארקן צו זאגן נאך מער תהלים
תפילה והתבודדות, תהלים, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת נצבים, כ"ג אלול, שנת תשפ"א לפרט קטן


... תחי', מאנטשעסטער


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב פאר אייער שידוך, דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן א בית נאמן בישראל מיט ערליכע אידישע דורות.


יעצט זאלט איר זיך שטארקן צו זאגן תהילים נאך מער פון ווען איר זענט געווען א מיידל; יעצט קומט צו צענדליגער זאכן אויף וואס צו בעטן, ביז יעצט האט איר געבעטן פאר א שידוך, יעצט דארפט איר בעטן אויף שלום בית, קינדער, געזונטע קינדער, ערליכע קינדער, פרנסה, און אזוי ווייטער.


א כתיבה וחתימה טובה, א גוט געבענטשט יאר.

#4 - פאלשע צירונגען מיט אן עכטע חתן
אידיש געלט, חובות, חתונה, שכל, שמחות, חתן, כלה

בעזרת ה' יתברך


ערב שבת קודש פרשת חקת, ח' תמוז, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערע טאכטער הכלה ... תחי'


זאלסט נישט אויפהערן דאנקען דעם אייבערשטן אז דו האסט זוכה געווען צו זיין א כלה. האסט באקומען זייער א חשוב'ער חתן; דיין חתן לערנט ביי אונז אין ישיבה שוין פינף יאר, פון זיין בר מצוה, ער לערנט פלייסיג אלע זיינע יארן און פירט זיך מיט יראת שמים, דאס דארף זיין דיין גאנצע שמחה.


איך זע דו האסט באקומען א רינגל פון דיינע מחותנים מיט א פאלשע דיימאנט שטיין, אויך א ברעיסלעט מיט פאלשע שטיינער, אבער דיין חתן איז נישט פאלש; דו האסט פאלשע צירונגען מיט אן עכטע חתן. ביי אנדערע איז דא עכטע צירונגען מיט א פאלשער חתן, א געמאכטער, א געפאפטער; מען דארף פרייליך מאכן די כלה מיט טייערע צירונגען. מען לערנט נישט מיט מיידלעך וואס דער לעבן איז, זיי וויל נישט חתונה האבן; די איינציגסטע זאך וואס מאכט זיי חתונה האבן איז אז זיי ווילן נישט בלייבן אליינס, אויך ווילן זיי צירונגען וכדומה.


דו האסט געלערנט אלע יארן אין בית פיגא, דו ווייסט וואס לעבן איז, ווי שיין דער לעבן איז אז מען לעבט ווי אזוי דער אייבערשטער וויל, ווי שיין און גוט איז חתונה צו האבן און אויפשטעלן א אידישע שטוב, קינדער וואס וועלן טון דעם אייבערשטנ'ס ווילן.


דו דארפסט נישט טייערע צירונגען, פריי זיך מיט דיין חתן, פריי זיך אז דיין חתן'ס עלטערן דארפן נישט צאמברעכן פון בארגן חובות, זיי וועלן קענען זיין ביי די חתונה אן חובות, זיין פרייליך מיט די שמחה.


עס איז אזא רחמנות אויף אידישע קינדער, רוב שמחות זענען אן שמחה; רוב שמחות דארף מען בארגן שווערע טויזנטער דאלער פאר די מחותנים, זיי האבן נישט די געלטער וואס עס קאסט חתונה צו מאכן. די חתן און כלה זענען נישט געלערנט, זיי דארפן און דארפן און דארפן, זיי ווייסן נישט וואס איז די זאך פון חתונה האבן, נאר אז דער חתן וועט האבן א טייערע זייגער און א טייערע שטריימל - דעמאלט איז ער פרייליך פאר פינף מינוט.


אשרינו מה טוב חלקינו, אז מיר זענען מקורב צום רבי'ן; דער רבי לערנט אונז שכל, פשוט שכל, מיר זאלן וויסן וואס איז די תכלית אין לעבן. נישט די זאכן מאכן פרייליך, נאר דער וואס לעבט מיט'ן אייבערשטן - דער איז פרייליך.


דיין טאטע

#3 - ווי אזוי אויסצונוצן דעם יום החופה
תפילות אויף אידיש, תודה והודאה, חתונה, כלה, יום החופה

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת משפטים, כ"ט שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


חשוב'ע כלה ... תחי', תלמידה בית פיגא ברסלב


אלע כלות פרעגן די זעלבע זאך, 'אויף וואס דארף מען דער עיקר בעטן ביום החופה?' אסאך כלות גייען אריין אין א לחץ פון "אויסנוצן דעם יום החופה", מען שפירט שלעכט טעג און וואכן פאר די חתונה אז "אפשר וועל איך נישט 'אויסנוצן מיין יום החופה'", "וואס קען איך טון 'אויסצונוצן מיין יום החופה'"?


אמת טאקע, די יום החופה איז זייער א גרויסע טאג, מען קען אין דעם טאג אלעס פאררעכטן, אבער אויב קומט אריין לחצים און פחדים, דארף מען וויסן אז דאס האט גארנישט צוטון מיט עבודת השם. אויב איז מען רואיג און פרייליך, דעמאלט איז מען נאנט צום אייבערשטן, פחדים פון "אויסנוצן די צייט" האט נישט מיט עבודת השם.


ווען עס קומט אריין אין מחשבה 'וואס דארף איך טון?' זאלט איר געדענקען וואס צו טון; מען דארף איין זאך טון, זאגן: "יישר כח אייבערשטער"; דאנקען און לויבן דעם אייבערשטן.


אינעם יום החופה זאלט איר דאנקען דעם אייבערשטן אז איר האלט שוין דא, איר שטייט שוין אינעם טאג פון אייער חופה.


איר האט מיר געבעטן א תפלה וואס צו בעטן ביום החופה:


"רבונו של עולם, איך דאנק דיר זייער; דו ביסט אזוי גוט צו מיר, דו געבסט מיר אלעס, איך דאנק דיר אז איך בין זוכה חתונה צו האבן.


העלף מיר רבונו של עולם אז מיין גאנץ לעבן זאל איך האבן אמונה; איך, מיין מאן, מיינע קינדער און אייניקלעך זאלן האבן א שטארקע, ריינע און קלארע אמונה אין דיר; איך מיט מיין משפחה זאלן זיין צוגעבינדן צו הייליגע צדיקים, צום הייליגן רבי'ן.


הייליגער באשעפער, העלף אלע אידן זאלן זיין געזונט, אלע זאלן האבן שפע, פרנסה בריווח. הייליגער באשעפער, האב רחמנות אויף אונז, דערבארעם זיך אויף דיינע קינדער, לייז אונז שוין אויס פונעם גלות".


אזוי זאלט איר בעטן און צולייגן אייערע אייגענע תפילות, אבער אן קיין לחץ.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן מיט אייער חתן א ליכטיגע שטוב, בנים ובני בנים עוסקים בתורה ובמצוות, אמן.


 

#2 - ווען איר גרייט זיך צו די חתונה זאלט איר אכטונג געבן אויף אייערע עלטערן
כיבוד אב ואם, חתונה, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת יתרו, י"ח שבט, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', תלמידה בית פיגא


מזל טוב פאר אייער שידוך! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט זוכה זיין צו ליכטיגע דורות אינאיינעם מיט אייער טייערער חתן.


יעצט ווען איר גרייט זיך צו די חתונה זאלט איר אכטונג געבן אויף אייערע עלטערן; עס איז נישט ווערד די גאנצע חתונה האבן אויב מען טוט וויי די מאמע, עס איז נישט ווערד די גאנצע לעבן וויי צו טון טאטע מאמע. אז אייער מאמע וויל אייך קויפן איין זאך און איר ווילט א צווייטע זאך, זאלט איר זיך נישט קריגן, איר קענט איינמאל זאגן שיינערהייט: "מאמי, איך וויל זייער שטארק די קלייד, די שיך וכו'", און אז אייער מאמע וויל אנדערש - זאלט איר גיין ווי זי וויל.


פארגעסט נישט, נאך אביסל זענט איר די מאמע; נאך אביסל וועט איר זאגן פאר אייערע קינדער וואס צו טון, ווי אזוי וועט איר זיך שפירן ווען אייער קינד וועט זיך אוועק גיין, זי וועט נישט וועלן רעדן מיט אייך? זי וועט נישט אננעמען וואס איר זאגט?


איך האף איר וועט אננעמען מיין בריוו, וועט אייך גוט זיין.

#1 - נישט זיך שרייבן מעסעדזשעס צווישן חתן כלה
שידוכים, חתן, כלה

בעזרת ה' יתברך


יום א' לסדר כי תבוא לאומאן, י' אלול, שנת תש"פ לפרט קטן


 


הכלה ... תחי', יבנאל.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


מזל טוב, מזל טוב! דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט אויפשטעלן א שיינע שטוב מיט ערליכע דורות.


עס איז נישט די בעסטע זאך זיך צו שרייבן דורך מעסעדזשעס צווישן חתן כלה; איך לאז נישט מיינע תלמידים און תלמידות זיך שרייבן מעסעדזשעס, עס נעמט אוועק די קאפ און מח און נאך אסאך פראבלעמען.


איר קענט אפמאכן א צייט, צוויי מאל א וואך – צו רעדן מיט אייער חתן.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.


א כתיבה וחתימה טובה און א גוט געבענטשט יאר.