בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת וישב, י"ז כסליו, שנת תשפ"ו לפרט קטן
... נרו יאיר
דא האסטו א הארץ רייסנדע תפילה פאר בחורים צו בעטן ביי די הייליגע חנוכה לעכט (גענומען פון ספר 'נר להצדיק', תפילה ג).
"רבונו של עולם האב רחמנות אויף מיר, איך בין אזוי אראפגעפאלן אין עבירות, איך בין אין א ביטערע מצב, אין א שלעכטע פלאץ, פון אזויפיל זינדיגן מיט חטאות נעורים, איך ליג אין שאול תחתית, פון אזויפיל זינדיגן קען איך שוין נישט טרעפן מיין זיווג, און דאס אליינס מאכט מיך זינדיגן מער און מער, אוי וויי, אוי וויי, שוין אזא לאנגע צייט וואס איך פרוביר אפצולאזן מיינע שלעכטע מעשים און מיינע עקלדיגע מחשבות און דאך פאל איך אלץ מער און מער ביי די קליפות.
רבונו של עולם, יעדן טאג הייב איך אן פונדאסניי, איך נעם זיך פאר צו זיין ערליך, און יעדן טאג פאל איך צוריק אין די פגם, די סטרא אחרא ווארפט מיך פריש אראפ, איך שפיר ביי מיר ווי איך האב מער נישט קיין בחירה, עס ליגט נישט אין מיינע הענט צו זיין גוט, איך ווייס אז עס איז נישט אזוי, איך ווייס אז עס איז נישט קיין תירוץ, ווייל באמת ליגט עס יא אין מיינע הענט, איך האב א בחירה צו בוחר זיין בטוב, אבער איך ווייס נישט וואס צו טון, דער יצר הרע צינדט זיך אן אין מיר מיט אזא פלאם פייער, עס ברענט אין מיר אלע שלעכטע תאוות, בפרט תאוות ניאוף, ביז איך פאל אראפ אין עבירות, אין פגם הברית, הוצאת זרע לבטלה וכו' וכו', און דאס שטופט אוועק פון מיר מיין שידוך, ווייל ווי מער מען זינדיגט אין די עבירה – אלץ שווערער איז צו טרעפן די שידוך.
איך בעט דיר טייערער ליבער טאטע, זאג מיר וואס טו איך דא ווייטער, וואו גיי איך? וואו אנטלויף איך? עס איז מיר אזוי ביטער, עס איז מיר אזוי פינסטער, איך בין אזוי דערביטערט; בעט איך דיר מאך מיר א חסד, מאך מיר א נס, דערבארעם זיך אויף מיר און אויף אלע בחורים, געב מיר שוין מיין שידוך און געב זיי אלע זייער שידוך בזכות די הייליגע חנוכה לעכט וואס איך האב געצינדן, אזוי ווי די הייליגע צדיקים האבן אונז געזאגט, אז מען קען פועל'ן א שידוך בזכות צינדן די מנורה, און העלף מיך איך זאל קענען זאגן הלל אלע טעג פון חנוכה מיט גרויס שמחה, העלף מיך איך זאל זיין פרייליך, אמן סלה".
טייערער ..., זאג די תפילה יעדע נאכט ביי די חנוכה לעכט, און דער אייבערשטער זאל צוהערן דיינע תפילות און דו זאלסט זוכה זיין צו טרעפן בקרוב דיין שידוך.