בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט תפלה וועסטו ארויסגיין פון די נישט געזונטע ליבשאפט
תפילה והתבודדות, צניעות, קדושה, חיזוק פאר פרויען, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת שמות, י"ט טבת, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וויסן זאלט איר אז פון יעדע צרה און יעדע פלאנטער איז דא א וועג ארויסצוגיין, דער פראבלעם איז אז מען ווייסט נישט די וועג ארויס פון די צרה, מען זעט נישט די טיר ארויס; אויף דעם קומט דער הייליגער רבי, דער ברסלב'ער רבי זכותו יגן עלינו און אנטפלעקט אונז די טיר אז מיר זאלן קענען ארויסגיין פון אלע פראבלעמען.


דער הייליגער רבי זאגט אז די טיר ארויס צו גיין פון א צרה איז תפילה, בעטן דעם אייבערשטן אויף די אייגענע שפראך. מיר רעדן אידיש, דארפן מיר רעדן צום אייבערשטן אויף אידיש, אים בעטן ער זאל אונז העלפן מיט אלעס וואס מיר דארפן. נישט קיין חילוק וואו מען איז, פון איבעראל קען מען רעדן צום אייבערשטן, דער אייבערשטער הערט אויס יעדן איינעם אין יעדן מצב.


דעריבער אז איר האט די צרה, עס איז אריין אין אייך א נישט געזונטע ליבשאפט צו א חבר'טע, א נישט געזונטע חברותא, א קראנקע שייכות רחמנא לצלן; די חבר'טע נעמט איבער אייער מח-מחשבה, איר קענט נישט טראכטן פון עפעס אנדערש נאר פון די כלה, איר קענט גארנישט טון אן טראכטן פון איר, אייער מחשבה טראכט נאר איין זאך, פון די חבר'טע, דאס איז גורם אז איר קענט נישט אויפציען אייערע קינדער, איר קענט נישט זיין מיט אייער מאן וכו', איר קענט גארנישט טון נאר טראכטן פון איר השם ירחם; זאלט איר נעמען די עצה פונעם רבי'ן, איר זאלט אנהויבן בעטן דעם אייבערשטן אן א שיעור מאל יעדן טאג, ביז דער אייבערשטער וועט אייך העלפן איר וועט פטור ווערן פון די צרה.


איך שטעל זיך פאר אז איר ווייסט נישט צופיל איבער די זאך פון התבודדות ותפילה, איר ווייסט נישט ווי אזוי מען רעדט צום אייבערשטן. וועל איך אייך שרייבן א קליינע תפילה אייך צו העלפן און ווייזן ווי אזוי מען רעדט צום אייבערשטן, נאכדעם ווען איר וועט שוין זיין צוגעוואוינט מיט די תפילה וועט איר שוין אליינס קענען בעטן דעם אייבערשטן און זיך בעסער ארויסברענגען מיט אייערע געפילן, איר וועט קענען דערציילן פאר'ן אייבערשטן וואס איר שפירט און וואס איר טראכט ביז איר וועט פטור ווערן פון דעם:


"הייליגער באשעפער, יישר כח פאר מיין שיינע לעבן וואס איך האב, האסט מיר געגעבן ליכטיגע קינדער; געזונטע, זיסע און צוקער'דיגע קינדערלעך, איך דאנק דיר אייבערשטער פאר אלעס וואס דו טוסט מיט מיר.


הייליגער באשעפער העלף מיר, איך ווייס נישט וואס צו טון, עס איז מיר אריין א שלעכטע רוח, איך האב באקומען א שטארקע געפיל צו מיין חבר'טע ..., איך קען נישט אויפהערן טראכטן פון איר. אנשטאט איך זאל אנגיין מיט מיין אידישע לעבן, זיין א געטרייע מאמע פאר מיינע קינדער און א וואוילע ווייב פאר מיין טייערער מאן נרו יאיר, קען איך גארנישט טון, נאר זיין פארנומען מיט ....


אייבערשטער ראטעווע מיך, קוק מיין צעבראכענע הארץ, איך אליינס וויל נישט די סארט לעבן, איך וויל נישט באקומען שטארקייט און ליבשאפט פון איר, איך וויל באקומען מיין שטארקייט און ליבשאפט פון מיין טייערע וואוילער מאן, אבער וואס זאל איך טון? איך שפיר אז איך בין נישט בעל הבית אויף מיר, העלף מיר, איך וויל זיין גוט, איך וויל זיין ערליך, איך וויל זיין א געזונטע מאמע, א געזונטע פרוי, איך ווייס נישט וואס צו טון. זי האט זיך אריין געזעצט אין מיין מח און דארט האט זיך אלעס געענדיגט; פון איר נעם איך מיין שטארקייט און ליבשאפט, איך ווייס אז עס איז אן עקלדיגע זאך און עס איז נישט געזונט, אבער איך קען זיך נישט העלפן.


אייבערשטער הער צו מיין געבעט און מיין געוויין; העלף מיר בזכות אלע צדיקים וואס האבן זיך מוסר נפש געווען פאר דיינעט וועגן בפרט דער הייליגער רבי - רבינו נחמן בן פיגא זכותו יגן עלינו און רבינו אליעזר שלמה בן מלכה זכותו יגן עלינו, אמן".


זאגטס די תפילה נישט איינמאל א טאג און נישט צוויי מאל, נאר יעדעס מאל איר שפירט ווי איר קענט נישט ווייטער טראכטן, אייערע געפילן וואס איר האט צו איר נעמען איבער אייער מח, זאלט איר נאכאמאל זאגן: "אייבערשטער העלף מיר, אייבערשטער וואס טו איך דא ווייטער?" לייגטס אריין אייערע אייגענע תפילות, וועט איר ווערן צוריק געזונט און שטארק.


נאכדעם זאלט איר זאגן קאפיטל כט פון תהילים; דער רבי זאגט (ספר המידות, אות קליפה, סימן י): "הַשִּׁבְעָה קוֹלוֹת שֶׁאָמַר דָּוִד עַל הַמַּיִם, בְּדִבּוּרָן מַכְנִיעִין הָרוּחַ רָעָה", אז מען זאגט קאפיטל כט נעמט מען אוועק דעם רוח רעה וואס כאפט זיך אריין אינעם מענטש.


"מִזְמוֹר לְדָוִד הָבוּ לַה' בְּנֵי אֵלִים הָבוּ לַה' כָּבוֹד וָעֹז, הָבוּ לַה' כְּבוֹד שְׁמוֹ הִשְׁתַּחֲווּ לַה' בְּהַדְרַת קֹדֶשׁ. קוֹל ה' עַל הַמָּיִם אֵל הַכָּבוֹד הִרְעִים ה' עַל מַיִם רַבִּים. קוֹל ה' בַּכֹּחַ קוֹל ה' בֶּהָדָר. קוֹל ה' שֹׁבֵר אֲרָזִים וַיְשַׁבֵּר ה' אֶת אַרְזֵי הַלְּבָנוֹן. וַיַּרְקִידֵם כְּמוֹ עֵגֶל לְבָנוֹן וְשִׂרְיֹן כְּמוֹ בֶן רְאֵמִים. קוֹל ה' חֹצֵב לַהֲבוֹת אֵשׁ. קוֹל ה' יָחִיל מִדְבָּר יָחִיל ה' מִדְבַּר קָדֵשׁ, קוֹל ה' יְחוֹלֵל אַיָּלוֹת וַיֶּחֱשֹׂף יְעָרוֹת וּבְהֵיכָלוֹ כֻּלּוֹ אֹמֵר כָּבוֹד, ה' לַמַּבּוּל יָשָׁב וַיֵּשֶׁב ה' מֶלֶךְ לְעוֹלָם, ה' עֹז לְעַמּוֹ יִתֵּן ה' יְבָרֵךְ אֶת עַמּוֹ בַשָּׁלוֹם".


דער אייבערשטער זאל רחמנות האבן אויף אייך און אייך העלפן; איר וועט מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף צוריק ווערן א געזונטע מאמע צו אייערע קינדער און א געטרייע ווייב צו אייער מאן, איר וועט לעבן מיט אים מיט ליבשאפט, און די כלה – אייער חבר'טע וועט קענען חתונה האבן מיט איר צוקונפטיגער חתן, איר וועט לעבן מיט אייער מאן און זי וועט לעבן מיט איר מאן אזוי ווי די תורה זאגט אונז.