בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - מיט תפלה קענט איר האבן קינדער
קינדער, אמונה, חיזוק פאר פרויען, תפילה, בטחון

בעזרת ה' יתברך - יום ה' פרשת אחרי קדושים, ו' אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


מרת ... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


ווער זאגט ענק קענען נישט האבן קינדער נאטירליך? ווער האט אזוי געזאגט? דער דאקטער?! דער דאקטער איז נישט באגלייבט, דער דאקטער איז נישט קיין פוסק, די תורה האט געגעבן רשות פארן דאקטער נאר אויף איין זאך, אויף היילן דעם מענטש, אבער צו גיין זאגן פאר מענטשן אז מען קען נישט האבן קיין קינדער, אדער מען קען נישט האבן קיין רפואה - דאס איז נישט בארעכטיגט.


מיר האבן תפילה וואס איז העכער פון טבע, דאווענט צום אייבערשטן, בעטס אים מיט רחמנות ער זאל ענק געבן קינדער, און לאכט זיך אויס פון די טבע, נישטא קיין טבע, אלעס איז דער אייבערשטער, אזוי וועלן ענק האבן קינדער. דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב, סימן א): "כִּי כְּשֶׁנִּגְאֶלֶת הַתְּפִילָּה אָז נוֹפְלִים כָּל הָרְפוּאוֹת, כִּי נִתְרַפְּאִין עַל יְדֵי דְבַר ה'", ווען מען דאווענט צום אייבערשטן - פאלן אוועק אלע רפואות, מען דארף מער נישט קיין רפואות, ווייל מען ווערט אויסגעהיילט דורך דעם אייבערשטן אליין, "וַאֲזַי כָּל הַדָּאקְטוֹרִים מִתְבַּיְּשִׁין בָּרְפוּאוֹת שֶׁלָּהֶם", דעמאלט שעמען זיך אלע דאקטוירים מיט זייערע רפואות; "כִּי אֲזַי אֵין כֹּחַ לְשׁוּם רְפוּאָה כִּי כָל הָעֲשָׂבִים חוֹזְרִים כֹּחָם לְתוֹךְ הַתְּפִילָּה", ווייל אלע כוחות וואס ליגן אין די מעדעצינען גייען אריין אין די ווערטער פון תפילה און מען ווערט אויסגעהיילט דערמיט.


דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.