נאך דעם וואס דער ברסלב סענטער אנליין געשעפט איז בעזרת השם געעפענט געווארן פאריגע וואך, טוט זיך ביים קרן הדפסה א גרויס געטומל. ווי עס שיינט, כאפט זיך דער עולם ארויף אויפן "חצי בחנם" אפפער וואס דער וועבסייט שטעלט צו ביז שבועות, לכבוד דאס ערעפענונג פונעם נייעם געשעפט.
דער שטאב אין קרן הדפסה, איז שטארק פארנומען ארויסצושיקן די פילע באשטעלונגען איינס נאך די אנדערע. און מען הערט שוין צוריק פילע צופרידענע גריסן פונעם ציבור. דער עולם באוואונדערט דעם פראפעסיאנאלע וועבסייט, ווי גרינג און געשמאק עס איז זיך צו באנוצן מיטן אנליין געשעפט, און דרוקן זיך אויס מיט שטארק דאנקבארקייט, אז מען שטעלט צו אזא וויכטיגע סערוויס פון קענען איינקויפן די הייליגע ספרים פיר און צוואנציג שעה אין מעת לעת, אן קיין אפהאלט.
מען גיבט אונז איבער אז במשך די וואך איז פארקויפט געווארן גאר אסאך קונטרסים פון מוהרא"ש זי"ע, פילע ספרי אשר בנחל און עצתו אמונה, גאר אסאך קמיעות, און בפרט איז צעכאפט געווארן די נייע פלעי פאר פרויען "דער בערגער און דער ארימאן" - וואס מען האט שוין געדארפט ריסטאקן פריש, נאכן ווערן צוכאפט פונעם נייעם וועבסייט פאר האלב פרייז.
עס איז אריינגעקומען פילע פארלאנגען פונעם ציבור, וואס ווילן קויפן די ספרים פון הייליגן רבין, פון רבי נתן, און נאך ספרים פון מוהרא"ש זי"ע; אויף וואס מיר קענען מבשר זיין אז מיטן אייבערשטנ'ס הילף וועט עס בקרוב נאכקומען. מען ארבעט יעצט ארויפצולייגן די ספרים פון הייליגן רבין און פון רבי נתן, און די פילע הונדערטער ספרים פון מוהרא"ש זי"ע.
אזוי אויך וועלן ארויף קומען אויפן וועבסייט אין די נאנטע צייט נאך פילע ארטיקלען וואס קענען אינטערעסירן חסידי ברסלב, ווי צום ביישפיל "טלית קטן'ס מיט תכלת", און נאך.
לֹא רָעָב לַלֶּחֶם וְלֹא צָמָא לַמַּיִם כִּי אִם לִשְׁמוֹעַ אֵת דְּבַר הַשֵּׁם
🛒 דער נייער ברסלב סענטער אנליין געשעפט
📀 פרויען פלעי "דער בערגער און דער ארימאן"
📖 ספרי אשר בנחל און עצתו אמונה
🛡️ קמיע פון מוהרא"ש לשמירה ולהצלחה
📸 מען דרוקט איבער פילע קונטרסים אין קרן הדפסה
📸 מען דרוקט איבער דעם קורצן "תיקן ליל שבועות"
📰 קורצע תיקון ליל שבועות ווערט פריש איבערגעדרוקט דורך די קרן הדפסה
📰 הפצה ראטעוועט - דער ראש ישיבה שליט"א מחזק די מפיצים אין ארץ ישראל
📰 וואס וויל דער באשעפער פון אונז? דברי חיזוק פונעם ראש ישיבה שליט"א
📰 חידוש אין עולם ההפצה - דראפבאקס אין ביהמ"ד היכל הקודש בלומינג גראוו
📰 מען עפענט אויף דעם נייעם אנליין געשעפט
📜 מחזק א איד וואס האט געארבעט מ'זאל קענען צוקומען צום וועבסייט "ברסלב סענטער"
💿 ניגונים פון תשובה לימי הספירה