שאלה אין קורצן ענין
#1 - איז דא א ממלא מקום וואס האט איבערגענומען מוהרא"ש זי"ע?
חסידות ברסלב, צדיקים, מוהרא"ש, היכל הקודש, מנהיגים, לצנות

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך האב נישט קיין ווערטער צו דאנקען דעם ראש ישיבה שליט"א אויף אלעס, איך שפיר די רחמנות פונעם ראש ישיבה אויף מיר, מיר צו העלפן גיין אויפ'ן ריכטיגן וועג.


דער ראש ישיבה שליט"א האט מיר געשריבן אין א בריוו זיך צו דערווייטערן פון לצים וואס רעדן אויפ'ן צדיק. דער ראש ישיבה האט געשריבן, "ווען די קליפות זעען ווי דער מענטש וויל תשובה טון - קומען זיי צו אים פארשטעלט ווי מענטשן, זיי מאכן אים חלישות הדעת, און ווען זיי זעען ווי דער מענטש ווערט מקורב צום צדיק - הויבן זיי אן רעדן ליצנות קעגן דעם צדיק; אז דו ביסט נעבעך אזוי אראפגעפאלן און יעצט ווילסטו זיך צוריקקערן צום אייבערשטן - דארפסטו זיין פעלזן פעסט נישט אויסצוהערן געשפעט אויף צדיקים", איך בין אבער אביסל צעמישט אין דעם ענין פון צדיק, אויב דער ראש ישיבה קען מיר דאס אויסקלארן.


מיר האבן זוכה געווען צו האבן דעם גרויסן צדיק מוהרא"ש זי"ע וואס האט אונז געפירט אויפ'ן ריכטיגן וועג, אונז געלערנט די עצות פון הייליגן רבי'ן, און אונז מחי' געווען אויף יעדע טריט און שריט. ליידער האבן מיר פארלוירן דעם גרויסן צדיק, ער האט אונז איבערגעלאזט אליין, אבער ער האט אונז אויך איבערגעלאזט זיינע ספרים מיט וואס מיר קענען זיך מחזק זיין אויף ווייטער, און וויסן ווי אזוי זיך צו פירן אין יעדן מצב.


מוהרא"ש זי"ע האט נישט געשטעלט א ממלא מקום וואס זאל אים איבערנעמען נאך זיין הסתלקות, ער האט קלאר געזאגט און געשריבן אז ער שטעלט נישט קיין ממלא מקום נאך זיך. למעשה זענען אבער יא דא עטליכע משפיעים אין היכל הקודש וואס שטעלן זיך ארויס ווייטער איבערצוגעבן מוהרא"ש'ס לימודים. ווי אזוי ארבעט דאס?


איך וויל נאר זיין ערליך און וואויל, איך וויל נאר טון וואס ס'איז ריכטיג, אבער איך בין זייער צעמישט אין דעם, פון איין זייט קען מען אפשר מקבל זיין פון די משפיעים אין היכל הקודש, אבער פון די אנדערע זייט הער איך שטארקע טענות קעגן זיי אז מוהרא"ש האט דאך קלאר געזאגט אז ער האט נישט געשטעלט קיין ממלא מקום.


איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר דאס קענען אויסקלארן, איך וויל נאר וויסן דעם אמת, און מיין גאנצע אידישקייט ווענדט זיך אין דעם.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


ווער זאגט בכלל די זאך פון פארטרעטן מוהרא"ש? איך האב נישט געהערט קיינעם פון תלמידי היכל הקודש זאלן זאגן אויף איינעם אז דער און דער פארטרעט מוהרא"ש, ווער זאגט בכלל אזא זאך? קיינער זאגט נישט אז איינער פארטרעט מוהרא"ש.


מען קען נישט פארטרעטן מוהרא"ש, נישט שייך צו פארטרעטן; עס איז אזוי ווי קינדער וואס פארלירן א טאטע אדער מאמע לא עלינו, איז דען שייך צו נעמען א צווייטן זאל זיין זייער טאטע אדער מאמע? א טאטע מאמע קען מען נישט פארטרעטן; אזוי אויך א רבי, א צדיק - קען מען נישט פארטרעטן.


אבער דאס פארשטייט יעדער איינער אז אויב מען וועט לאזן די קינדער, די יתומים, אויף הפקר - וועלן זיי זיין אין א סכנה, מען דארף זיך אומקוקן אויף די קינדער; וואס טוט מען? מען ברענגט זיי א כמו טאטע, איינער זאל זיך פארענען מיט זיי ביז זיי וועלן אויפוואקסן; וויל איך דיך פרעגן, וועט איינער קומען פארהאלטן די קינדער און זיי טשעפען: "דער מענטש אז דאך נישט דיין טאטע, פארוואס הערסטו אים צו?" "די פרוי איז נישט דיין מאמע, פארוואס הערסטו איר צו?" וואס וועסטו זאגן אויף יענעם?


יעצט וויל איך דיך פרעגן, אז מענטשן שפירן זיך ווי יתומים, זיי דארפן א כמו טאטע, א כמו מאמע, איינער זאל זיי מדריך זיין, איינער זאל זיי מחי' זיין, אריינבלאזן א חיות אין זייער נשמה; ווי קומט מען שפעטן און זאגן: "מוהרא"ש האט נישט געשטעלט א ממלא מקום!" ווער זאגט דא אז מיר נעמען א ממלא מקום? מוהרא"ש לאזט נישט נעמען אן ערליכער איד פאר א וועג ווייזער?! מען טאר נישט נעמען א מורה דרך זאל מחי' זיין און מחזק זיין?!


אינטערעסאנט, די איין שורה פון די בריוו וואס מוהרא"ש האט געשריבן: "אני לא מיניתי את אף אחד להיות מנהיג במקומי" - דאס איז דיר מבלבל, און וואס מוהרא"ש שרייבט אינעם גאנצן בריוו, פארדעם און נאכדעם - דאס זעסטו נישט? און דאס וואס מוהרא"ש שרייבט צענדליגער טויזנטער בריוו פאר אנשי שלומינו מען זאל זוכן צווישן אנשי שלומינו איינער וואס קען מחזק זיין, איינער וואס קען אריינשיינען א ליבשאפט צום אייבערשטן, א ליבשאפט צו לערנען, איינער וואס וועט דיר עפענען דיין מויל זאלסט קענען רעדן צום אייבערשטן - דאס איז נישט שייך היינט? דאס איז נאר געווען שייך ווען מוהרא"ש האט געלעבט?!


מוהרא"ש האט טאקע נישט געשטעלט קיין ממלא מקום, אבער מוהרא"ש האט איבערגעלאזט ספרים וואס זאגן אונז און לערנען אונז ווי אזוי זיך צו פירן. לאמיר אריינקוקן אין די ספרים וואס לערנען אונז, מוהרא"ש זאגט אן א שיעור מאל מיר זאלן זוכן צווישן אנשי שלומינו ווער עס קען אונז ברענגען נאנט צום אייבערשטן, מיר זאלן זוכן און נישטערן ווער עס קען אונז אריינבלאזן א חיות, מיר זאלן לעבן מיט'ן אייבערשטן; זאלן זיך געפונען אין היכל הקודש מענטשן וואס זאלן פיינט האבן ערליכע אידן וואס זענען מחזק אידישע קינדער?


דאס איז דאך געווען די טענה אלע יארן אויף תלמידי היכל הקודש, מען האט געשריגן אויף אונז: "מיר דארפן נאר דעם רבי'ן, מיר דארפן נישט קיינעם זאל אונז זאגן, מיר נעמען דעם רבי'ן און רבי נתן"; מיט דעם האבן מיר נישט געקוקט אויף די מתנגדים, מיר האבן זוכה געווען צו מקבל זיין פון מוהרא"ש דעם רבינ'ס לימודים; יעצט איז דא וואס זינגען דעם פארפוילטן ליד אין היכל הקודש?!


אז איינעם איז גענוג די ספרים פון רבי'ן דארף מען פארדעם פיינט האבן אנדערע וואס דארפן יא חיזוק און אז מען זאל זיי מדריך זיין וכו' וכו'?! פארוואס זאל מען חוזק מאכן פון תלמידי היכל הקודש וואס זענען מחזק אנדערע? פארוואס פיינט האבן ערליכע אידן? אז מען קען נישט ליידן ערליכע אידן איז א סימן מען איז ווייט פונעם אמת.


וואס ביסטו זיך מבלבל פון אנדערע, פארוואס זאלסטו זיך שטערן פון אנדערע? מוהרא"ש האט אונז געלערנט מען זאל זיך נישט לאזן נארן, מען זאל קוקן אויף זיך, מען זאל רחמנות האבן אויף זיך; אז מען דריידט זיך אין א פלאץ זאל מען קוקן אין די האנט: 'וואס באקום איך דא?' אז מען זעט מען ווערט נענטער צום אייבערשטן, מען לערנט שיעורים כסדרן בכל התורה כולה, מען איז זיך מתבודד און מען לעבט מיט תכלית - איז גוט, און אז נישט זאל מען זוכן א צווייטע פלאץ וואו מען איז מעורר אויף די זאכן.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.