תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך האב געוואלט בעטן אויב דער ראש ישיבה קען געבן חיזוק פאר פרויען וואס זייערע מענער האבן א סמארטפאון.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך
יום ב' פרשת תצוה, ו' אדר א', שנת תשפ"ב לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
אסאך פרויען דארפן חיזוק אויף דעם פרט, און מיט'ן אייבערשטנ'ס הילף, מיט די שכל פון רבי'ן, און מיט אסאך סבלנות - קען מען זוכה זיין צו אן ערליכע שטוב, א ריינע שטוב.
איר ווייסט אודאי דאס וואס מען לערנט מיט אלע מיידלעך און פרויען, "בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת נִגְאַלוּ אֲבוֹתֵינוּ מִמִּצְרַיִם" (סוטה יא.), בזכות די ערליכע פרויען זענען אונזערע עלטערן ארויס פון מצרים; וואס פאר א גרויסע זאכן האבן די ערליכע פרויען געטון אז זיי האבן געברענגט די גאולה? דערציילן די הייליגע חכמים (שם), די אידן אין מצרים האבן געארבעט זייער שווער און זיי האבן נישט געהאט קיין כח פאר גארנישט, זיי האבן בכלל נישט געוואלט אהיים קומען, ווער רעדט נאך פון האבן קינדער וכו' וכו', זייער קאפ איז געווען אויסגעברענט פון ארבעטן שווער; אזוי ווי היינטיגע טעג, די וואס האבן א טעלעפאן און זענען איינגעטונקען ראשו ורובו אינעם טעלעפאן, קאפ און הארץ אין די נייעס, די מח מחשבה אין די נארישקייטן; די אידן אין מצרים זענען געווען שמוציג פון די פעלד ארבעט, זיי האבן נישט געטראכט פון אהיים גיין.
די ערליכע פרויען, די נשים צדקניות - זענען ארויס אין פעלד צו זייערע מענער, זיי האבן מיט געברענגט וואסער, יעדע פרוי האט אפגעוואשן איר מאן, און דער אייבערשטער האט געמאכט א נס, בשעת זיי זענען געגאנגען שעפן וואסער איז אריין געשווימען קליינע פיש, דאס האבן זיי געגעבן פאר זייערע מענער, און יעדע פרוי האט גערעדט שיין צו איר מאן, מיט ליבשאפט, און זיך שיין געמאכט פאר אים וכו', ביז דער מאן האט באקומען א שטארקע ליבשאפט צו זיין ווייב, אזוי זענען זיי געווען צוזאמען וכו' וכו', און אזוי איז ארויסגעקומען כלל ישראל.
די הייליגע חכמים זאגן (ילקוט רות, ד'): "בִּזְכוּת נָשִׁים צִדְקָנִיּוֹת עֲתִידִין לְהִגָּאֵל", אין זכות פון די נשים צדקניות וועלן מיר ארויסגיין פון דעם לאנגן ביטערן גלות ; בזכות די ערליכע פרויען וואס טוען דאס זעלביגע וואס די ערליכע פרויען האבן געטון אין מצרים, זיי ווארטן אפ דעם מאן, זיי גייען אנטקעגן דעם מאן, זיי קוקן נישט אויף גארנישט, זיי ארבעטן מיט חכמה, זיי רעדן שיין צום מאן, זיי האבן ליב דעם מאן, - ביז דער מאן וויל פון זיך אליינס שוין נישט די אלע נארישקייטן.
אז מען האט א גוטע ווייב, אן ערליכע פרוי, א קלוגע, וואס זי איז פון איין זייט שטארק ביי זיך נישט צו האבן קיין כלים וואס רבנים אסר'ן, און פון די אנדערע זייט זענען זיי גוט צום מאן, אפילו ער איז נאכנישט דערביי - אין זייער זכות וועלן מיר אויסגעלייזט ווערן.
ביי די שבת ליכט דערמאלט איז א צייט וואס פרויען קענען פועל'ן גרויסע ישועות. מוהרא"ש זאגט, ווען פרויען וואלטן געוויסט וואס זיי קענען אויסבעטן ביי די ליכט - וואלטן זיי זיכער גע'פועל'ט אלעס וואס זיי דארפן.
מוהרא"ש דערציילט, רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער, ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם אזוי ווי איך צינד אן די ליכט, אזוי זאל אנגעצינדן ווערן דעם הייליגן רבינ'ס ליכט אין אלע אידישע הערצער"; דאס דארפן אלע פרויען בעטן ביי די שבת ליכט: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד יֶעצְט אָן דִי שַׁבָּת לִיכְט, מַאךְ אוּנְז לִיכְטִיג אוּנְזֶער לֶעבְּן אוּן מַאךְ לִיכְטִיג פַאר אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער; אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן דִיר אוּן אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן. צִינְד אָן מַיין מַאן'ס הַארְץ עֶר זָאל דִיךְ דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן צִינְד אָן דִי הֶערְצֶער פוּן מַיינֶע קִינְדֶער".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.