תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
ברוך ה' אז איך בין זיך כסדר מחי' און מחזק מיט די שיעורים פונעם ראש ישיבה שליט"א און מיט די בריוו, ס'גייט כמעט נישט אריבער קיין טאג וואס איך באקום נישט נייע ריזיגע מתנות פונעם ראש ישיבה. כאטש וואס איך ווייס שוין פון הייליגע רבי'ן פאר בערך צען יאר, איך דריי זיך מיט ברסלב'ע חסידים, איך מאך שוין אפילו כמה שנים התבודדות כמעט יעדן טאג, דער אייבערשטער זאל העלפן ווייטער, מיט דעם אלעם אזעלכע מתנות מיט אזעלכע כלים אז ס'זאל זיין קרוב אליך הדבר מאוד, האב איך ממש נישט געהאט, ביז איך האב בדרך השגחה נפלאה אנגעקומען איך מיט מיין ווייב אויסצוהערן די שיעורים, איך קען ממש נישט פארשטיין ווי אזוי מען קען זיך דרייען ימים ושנים אין ברסלב מיט אזא העלמה און נישט עפענען אזעלכע אוצרות, און איך קען אויך נישט פארשטיין ווי אזוי מען קען זיך קריגן אויף אזא הייליגע לעכטיגע וועג פון אמונה. איך קען עס נישט פארשטיין און איך פיל זיך פארשעמט אז מען קען זיין א שומר תורה ומצוות, און אפילו א ברסלב'ער, אבער נישט האבן א גלייכע און גאנצע אמונה.
איך האב אנגעהויבן לערנען תוספתא מיט משניות, און זאגן אסאך תהילים ביי די ארבעט, איך קען אין געוויסע טעג אויסזאגן גאנץ תהילים און נאכאלץ נישט זיין זאט, דאס איז אויסער די שיעורים וואס איך האב שוין געהאט ביז היינט, אבער עס איז אריבער אסאך טעג וואס איך האב נישט קיין כח צו זיך אנשטרענגען צו לערנען, איך האב געהאט נאך אסאך שטותים צו טון. ברוך ה' די ערשטע מתנה מיין איך וואס איך האב באקומען פונעם ראש ישיבה און מוהרא"ש איז "צייט", עס איז מיר פארשווינדען געווארן אלע צייטונגען און מאגאזינען, איי אין ברסלב רעדט מען אויך פון שמירת הזמן? איז נאך א קשיא. ברוך ה' איך בין זוכה מעבר סדרה צו זיין במשך די וואך יעדן טאג אביסל, איך בין זוכה צו האבן א שיעור אביסל נ"ך על הסדר יעדן טאג, גמרא דריי בלאט א טאג, בערך א דף זוהר, צוויי דפים ליקוטי מוהר"ן, צוויי דפים ליקוטי הלכות, ליקוטי תפילות, שולחן ערוך צוטיילט אויף די יאר, און נאך און נאך. דער אייבערשטער זאל העלפן נאר מער און מער, איך זאל האבן א שיעור אין אלע חלקי התורה. און זוכה זיין צו פארשטיין און געדענקען, און האבן אמונה ישרה ותמימה וכו'.
אזוי ווי איך דריי זיך אין די אלגעמיינע ברסלב, האב איך געהערט פילע קשיות אויף מוהרא"ש, דער אייבערשטער האט מיר אבער געהאלפן אז איך האב געהאט די שכל אז איך דארף קוקן וואס עס איז גוט פאר מיר, וואו איך טרעף חיזוק צו דינען דעם אייבערשטן, און די אלע קשיות און בלבולים וועלן מיר גארנישט העלפן אין לעבן. עס מוטשעט מיך אבער איין זאך, דאס וואס מוהרא"ש זאגט אז ווער עס רעדט קעגן אים איז זיכער א בעל עבירה, דאס קען איך נישט פארשטיין. איך ווייס אז מען קען זיין א שיינער איד פון אינדרויסן און זיך באהאלטערהייט זיין א בעל עבירה רחמנא ליצלן, אבער צי מיינט דאס אז פון היינט און ווייטער דארף איך אנקוקן יעדן ערליכן איד פאר א בעל עבירה? אויב זע איך איינער וואס פרובירט צו דינען דעם אייבערשטן לויט זיין הבנה, און ער דרייט זיך אין א סביבה וואס דארט מאכט מען אוועק היכל הקודש, מיינט דאס צו זאגן אז ער איז א בעל עבירה? עס זענען געווען צדיקים אין ברסלב וואס האבן אנגענומען לשון הרע אויף מוהרא"ש, און דאס איז דאך געווען אין אלע דורות, חז"ל זאגן אז ס'איז ברית כרותה אויף לשון הרע צו נתקבל ווערן?
איך האף דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר אויסקלארן ווי אזוי אנצוקוקן די זאך.
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת ואתחנן, ו' מנחם-אב, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א, סימן סא) ווער עס רעדט אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן אויף די וועלט - איז א סימן אז דער מענטש איז נישט ווי עס דארף צו זיין. דער רבי זאגט, דאס איז פשט וואס די הייליגע חכמים זאגן (עירובין כא:): "הלועג על דברי חכמים", ווער עס שפעט אויף צדיקים, "נידון בצואה רותחת", וועט באשטראפט ווערן מיט די סארט גיהנום; זאגט דער רבי פשט, "הלועג על דברי חכמים", ווער עס שפעט אויף צדיקים - "נידון בצואה רותחת" איז א סימן אז דער מענטש איז ווייט פונעם אייבערשטן, זיין מח איז פול מיט שלעכטע זאכן, און אז מען קוקט אריין אין די ווערטער פון די הייליגע חכמים זעט מען פון וועם מען רעדט; מען רעדט פון דואג האדומי, פון די הויפט פון די סנהדרין וואס האט גע'דרש'נט פאלשע הלכות, אז דוד המלך איז אסור לבוא בקהל; אויף אים זאגן די הייליגע חכמים זכרונם לברכה אז זיין מח איז פול מיט שלעכטע זאכן, איז דאך זיכער אז ווען פשוט'ע מענטשן רעדן אויף צדיקים - איז דאס א סימן אז די דארפן נאך תשובה טון.
יעצט ווען מוהרא"ש איז שוין אוועק פון די וועלט, מען קוקט צוריק, פרעגט זיך ווי פון זיך אליינס: 'וואס האט מען געוואלט פון דעם איד? פארוואס האט מען געקריגט אויף אים? וועם האט ער געטשעפעט? וואס איז געווען די רדיפות אויף דעם איד?' ער האט דאך מיט קיינעם נישט געהאט, ער האט נאר געשריבן ספרים און קונטרסים וואס רעדן צו נשמות ישראל, זיי מחזק זיין; מוז זיין אז די וואס שפעטן אויף אים זענען בעלי עבירה, און נישט נאר מוהרא"ש זאגט דאס, דער רבי זאגט דאס.
דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות צדיק, סימן קסג): "הנואפים", די בעלי עבירה, - "לרוב הם מתנגדים על הצדיקים", זיי זענען די וואס קריגן אויף צדיקים.
געב זיך זייער אכטונג פון די וואס רעדן אויף צדיקים. דער הייליגער רבי זאגט (שיחות הר"ן, סימן לח) אויפן פסוק (תהלים עג, ט): "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", זיי לייגן זייער מויל אין הימל, "וּלְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", און זייער צינג גייט אויף דער ערד, די וואס רעדן אויף צדיקים - זיי ווילן רעדן אויפן אייבערשטן, אבער זיי שעמען זיך צו רעדן קעגן דעם באשעפער, רעדן זיי אויף צדיקים. דאס איז פשט אין פסוק "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם", דאס וואס זיי רעדן מיטן מויל - ווילן זיי רעדן אויפן אייבערשטן, נאר זיי שעמען זיך צו רעדן אויפן אייבערשטן - "לְשׁוֹנָם תִּהֲלַךְ בָּאָרֶץ", רעדן זיי אויף צדיקים, אבער באמת "שַׁתּוּ בַשָּׁמַיִם פִּיהֶם".
וויי און ביטער איז פאר דעם וואס הערט רעדן אויף צדיקים וואס זענען מגלה ומפרסם דעם אייבערשטן אויף די וועלט, דאס איז א סימן אז מען דארף תשובה טון.
מוהרא"ש דערציילט (פעלת הצדיק, סימן תכא), דער שווער פון הייליגן רבי נתן זכר צדיק וקדוש לברכה, הרב הגאון המפורסם רבי דוד צבי אויערבאך זכר צדיק לברכה פלעגט פארן צו צדיקים, קודם איז ער געווען ביים הייליגן צדיק רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו, עס איז אים זייער געפאלן די הנהגה פון דעם צדיק, אבער עס האט אים געשטערט פארוואס די חסידים דארט רעדן קעגן דעם צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, עס האט אים זייער געשטערט. האט ער געטראכט אז ער וויל גיין צום צדיק רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו, ער וויל זען וואס דארט טוט זיך. ווען ער איז אנגעקומען צו רבי מיכל זלאטשובער זכותו יגן עלינו און צוגעזען זיין עבודה איז אים זייער געפאלן זיין התנהגות, אבער עס האט אים זייער געשטערט צו הערן פון זיינע חסידים לצנות אויף רבי פנחס קאריצער זכותו יגן עלינו; ער האט געזען אז דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן וכו' און דער איז אפגע'פסק'נט מיט זיינע מענטשן, האט ער אויפגעהערט צו גיין צו צדיקים און ער האט אנגעהויבן רעדן קעגן אלע צדיקים. ער פלעגט יעדן טאג מאכן א סעודה מיט זיינע קינדער און זיי אנווארענען זיי זאלן נישט האבן צוטון מיט צדיקים, און ווען רבי נתן האט חתונה געהאט פלעגט ער אויך מיט האלטן די סעודות און הערן פעך און שוועבל אויף צדיקים.
דאס האט זייער שטארק געשטערט פאר רבי נתן, פארוואס רעדט מען אויף צדיקים? וואס איז די מחלוקות, וואס פעלט דאס אויס? און ווען ער איז געקומען דעם ערשטן ראש השנה צום רבי'ן, האט ער געהערט די תורה וואס דער רבי האט געזאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן ה), דעמאלט איז אים פארענטפערט געווארן די שטארקע קשיא וואס האט אים לאנגע יארן געשטערט, דער רבי זאגט דארט: "וְתַאֲמִין, כִּי כָּל מַצּוּתָא וּמְרִיבָה שֶׁיֵּשׁ בֵּין הַצַּדִּיקִים הַשְּׁלֵמִים אֵין זֶה אֶלָּא כְּדֵי שֶׁיְּגָרְשׁוּ סִטְרִין אָחֳרָנִין", דו דארפסט גלייבן אז אלע מחלוקות וואס איז דא צווישן די צדיקים איז נאר ווייל מען וויל דיך פארטרייבן פון זיי, "כְּשֶׁאַתָּה שׁוֹמֵעַ מְרִיבוֹת שֶׁבֵּין הַצַּדִּיקִים תֵּדַע, שֶׁזֶּה מַשְׁמִיעִין אוֹתְךָ תּוֹכָחָה עַל שֶׁפָּגַמְתָּ בְּטִפֵּי מֹחֲךָ", ווען דו הערסט רעדן אויף צדיקים זאלסטו וויסן אז דאס איז נאר ווייל מען וויל דו זאלסט תשובה טון אויף וואס דו האסט פוגם געווען; רבי נתן האט געזאגט: "ווען איך האב געהערט די תורה פון רבי'ן איז מיר גלייך פארענטפערט געווארן פארוואס מען רעדט אויף צדיקים און מען קריגט זיך השם ישמרינו, נאר מיך צו פארטרייבן, אז איך בין נישט ראוי צו זיין צווישן זיי".
געב זיך אכטונג פון די וואס זענען בעלי מחלוקות, אפילו זיי זעען אויס עובדי השם און אפילו זיי זענען טאקע עובדי השם. אין ברסלב האט געוואוינט א ברסלב'ער חסיד, ר' שלמה ראובן זלאטע'ס, ער איז געווען א גרויסער עובד ה' און א שיינער בעל תפילה, און רבי נתן האט געזאגט אויף אים: "איך בין אים קיינמאל נישט מוחל", ווייל ער האט געהאט א חלק אין די מחלוקות; זעט מען פון דעם אז מען קען זיין א גרויסער מענטש, אויב האט מען שייכות מיט מחלוקות - איז גאר ביטער.
האב נישט קיין מגע ומשא מיט מחלוקות. דער הייליגער רבי איז זייער גרויס, דער רבי קען יעדן איינעם העלפן, ער קען יעדן ארויסשלעפן פון זיין בלאטע, אויסער א בעל מחלוקות; א בעל מחלוקות האט נישט קיין פלאץ ביים רבי'ן.
ברודער קוק וואס מוהרא"ש געבט דיר, עפן דיין האנט און קוק וואס דו האסט אלץ זוכה געווען פון ווען דו ביסט מקורב אין היכל הקודש; פארוואס זאלסטו אויסהערן די לצים? פארוואס זאלסטו הערן לשון הרע? קוק נישט וועלכע גרויסע מענטשן רעדן וכו' און וואס זיי רעדן וכו', קוק אין דיין האנט, קוק ווער ברענגט דיר דביקות בה', קוק ווער ברענגט דיר צו לערנען די הייליגע תורה, און חיזוק אויף תפילה והתבודדות וכו' וכו', און אז גרויסע לייט רעדן און שפעטן - כבר היה לעולמים. דו ווייסט דאך די מעשה פון הייליגן ישמח משה זכותו יגן עלינו ווען ער האט דערציילט אלע זיינע גלגולים, אז ער איז געווען אין די צייט פון מדבר, ער איז געווען מיט משה רבינו. האט אים זיין אייניקל, דער הייליגער ייטב לב זכותו יגן עלינו - געפרעגט: "זיידע, אויף וועמענס זייט ביסטו געווען ביי די מחלוקת קרח ועדתו?" האט דער הייליגער ישמח משה געזאגט: "איך בין געשטאנען אין דער זייט, איך האב נישט גענומען קיין צד", האט דער ייטב לב געפרעגט: "ווי אזוי קען זיין אז דו ביסט נישט געשטאנען מיט משה רבינו?!" האט ער אים געענטפערט: "דו קענסט זיך נישט פארשטעלן ווי גרויס דער נסיון איז געווען; קרח האט געהאט מיט זיך אלע רבי'ס מיט אלע שיינע אידן, עס איז געווען זייער שווער צו וויסן וואס מען האט צוטון, ווייל קרח האט זיך אהערגעשטעלט ווי אן עובד ה', אבער באמת איז ער געווען אן אפיקורס, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (עיין ירושלמי סנהדרין, דף נ.): 'קֹרַח מִין הָיָה'".
איך האב אביסל מאריך געווען, אבער גלייב מיר איך דארף נאך מער מאריך זיין; ווייל ווען נישט די לצנות וואלט מען געקענט צוריק ברענגען אלע אידן צום אייבערשטן, מען וואלט ווען געקענט ברענגען די גאולה, און ווער ווייסט וויפיל צרות קומט אויף די וועלט אויפן חוזק מאכן און שפעטן אויף צדיקים. דער רבי האט דאס געזאגט נאך איידער עס איז געקומען די ביטערע אומגליק פון קאנטאניסטן, קאמעניזם, אז ווען די צדיקים וואלטן נישט געקריגט אויף אים וואלט ער געקענט אוועק נעמען אינגאנצן די גזירה (עיין חיי מוהר"ן, סימן שצח), נאר וויבאלד מען קריגט אויף אים האט ער דאס אפגעשטופט אויף עטליכע צוואנציג יאר.
דעמאלט האט מען נישט געוואוסט וואס דאס איז, היינט אז מען קוקט צוריק זעט מען וויפיל מיליאנען אידן זענען גע'הרג'עט געווארן פון די מחלוקות אויף צדיקים.
אזוי אויך, ווער ווייסט וואס האט פאסירט ווען עס איז ארויסגעקומען תשל"ו די חתימות וכו'. דער הייליגער קאמארנער האט געזאגט אז שנת תשל"ו וועט משיח קומען, און יענעם יאר האט דער ס"מ צאמגענומען חתימות אין ברסלב קעגן מוהרא"ש זכותו יגן עלינו, און ווער ווייסט צי דאס האט צוריק געהאלטן די גאולה און צוליב די חתימות ליידן מיר נאך אין גלות.
גיי צום אייבערשטן, וויין זיך אויס, בעט אים: "רבונו של עולם איך האב זוכה געווען צו טרעפן א צדיק וואס מאכט מיך רעדן צו דיר, א צדיק וואס מאכט מיך לערנען די הייליגע תורה, א צדיק וואס מאכט מיך לעבן מיט שלום בית, אזויפיל גוטע זאכן באקום איך פון דעם צדיק און מיט דעם אלעם בין איך אנגעפילט מיט לצנות, מיין קאפ בוזשעוועט מיט קשיות און טענות אויפן צדיק.
הייליגער באשפער קוק מיך אן, איך בין אזא רחמנות, איך בין אזוי ווייט פון דיר, איך האב אזויפיל געזינדיגט און פלוצלונג וויל איך פארשטיין דעם צדיק, איך האלט אז איך פארשטיי בעסער ווי אים, איך ווייס ווי אזוי ער דארף ווען רעדן און ווי אזוי ער דארף ווען שרייבן; אנא, רחם עלי, דערבארעם זיך אויף מיר; וואס גייט פאר מיט מיר? איך דארף דאך אזויפיל תשובה טון, הייליגער באשעפער, העלף דער צדיק זאל נישט זיין פארשעמט, דער צדיק וויל דאך נאר איין זאך, ער וויל אלע אידן צוריק ברענגען צו דיר, ער וויל אלע אידן זאלן לעבן א גוט לעבן, העלף עס זאל געהייליגט ווערן די נאמען פון די צדיקים און עס זאל שוין זיין יתגדל ויתקדש שמיה רבא".
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.