שאלה אין קורצן ענין
#1 - זאל איך קומען אין די ברסלב'ע ישיבה, צו באקומען מיין שידוך?
אומאן, שידוכים, שלום בית, סיפורי צדיקים, מוהרא"ש, בחור, ישיבה

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א בחור פון ענגלאנד און איך האב געוואלט פרעגן אויב איך זאל קומען לערנען ביים ראש ישיבה שליט"א אין ישיבה תפארת התורה, ווייל איך האב געהערט אמאל פונעם ראש ישיבה שליט"א אז ווען מען קומט לערנען אין רבינ'ס ישיבה, טרעפט מען דעם שידוך.


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא, ט' סיון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (בראשית רבה סח, ג): "מָצִינוּ בַּתּוֹרָה בַּנְּבִיאִים וּבַכְּתוּבִים שֶׁאֵין זִוּוּגוֹ שֶׁל אִישׁ אֶלָּא מִן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא", מיר געפונען אין די תורה, און נביאים און אין כתובים אז א שידוך האט נאר מיט'ן אייבערשטן; אין די תורה שטייט (בראשית כד, נ): "וַיַּעַן לָבָן וּבְתוּאֵל, וַיֹּאמְרוּ, מֵה' יָצָא הַדָּבָר", אין נביאים שטייט (שופטים יד, ד): "וְאָבִיו וְאִמּוֹ לֹא יָדְעוּ כִּי מֵה' הִיא", און אין כתובים שטייט (משלי יט, יד): "בַּיִת וָהוֹן נַחֲלַת אָבוֹת, וּמֵה' אִשָּׁה מַשְׂכָּלֶת", זעען מיר איבעראל אז א שידוך האט נאר מיט'ן באשעפער.


מען קען נישט זאגן: 'גיי דא וועסטו האבן דיין שידוך', 'קום דא וועסטו האבן דיין שידוך'; פון מיר האסטו נישט געהערט אזוינס אז מען דארף קומען ביי אונזער ישיבה פאר א שידוך, פון מיר האסטו געהערט אז קומען אין ישיבה וועט נישט שאטן פאר די שידוך. זייער אסאך בחורים ווילן קומען לערנען ביים רבי'ן און די עלטערן האבן מורא עס וועט זיי שאטן פאר א שידוך, פאר זיי זאג איך זיי זאלן נישט מורא האבן צו קומען אין ישיבה, דאס וועט נאר שנעלער מאכן די שידוך, אבער נישט אז מען דארף קומען לערנען דא, און נאר אזוי וועט זיין א שידוך; אזוינס קען מען נישט זאגן.


די וואס האבן מורא צו גיין קיין אומאן וועגן א שידוך, אדער זיי האבן מורא זיך צו דרייען צווישן ברסלב'ער חסידים און אפגערעדט צו קומען לערנען אין ברסלב - די דארפן זיך נישט זארגן, ווייל פון טון גוטע זאכן, הייליגע זאכן - פארלירט מען גארנישט.


מוהרא"ש האט מיט יארן צוריק געזאגט: "עס וועט קומען א צייט וואס מיידלעך וועלן נאר וועלן בחורים וואס זענען מקורב צום רבי'ן"; געווען איז דאס די צווייטע יאר וואס מיר האבן געעפנט די ישיבה, שנת תש"ע, דעמאלט איז געווען גרויסע מלחמות קעגן די ישיבה, מען האט געזוכט ווי אזוי מען קען פארמאכן די ישיבה, מען האט געמאכט א שלעכטע נאמען אויף אונז; עס איז געקומען צו א מצב אז עס איז נישט געגאנגען קיין שידוכים, עס זענען געווען אין ישיבה אסאך בחורים, און עס האט זיך נישט גערוקט קיין שידוכים, מען האט אפגעזאגט אלעס צוליב די שלעכטע נאמען אויף די ישיבה.


מיר זענען געגאנגען צו מוהרא"ש פרעגן וואס צו טון, מוהרא"ש האט מיר דעמאלט געזאגט: "שרייב אפ די ווערטער וואס איך זאג דיר, עס וועט קומען א צייט אז מיידלעך וועלן נאר וועלן א שידוך טון מיט בחורים פון די ישיבה", דעמאלט ווען מוהרא"ש האט דאס געזאגט האבן מיר דאס נישט געקענט גלייבן, אזא זאך איז נישט אריין אין קאפ, מיר האבן דאס אפגעשריבן; יעצט זעען מיר אז די ווערטער זענען מקוים געווארן, עס איז דא אזויפיל וואס ווארטן צו באקומען א בחור א תלמיד היכל הקודש.


עס איז זייער פארשטענדליך פארוואס מען וויל דוקא זיך משדך זיין מיט תלמידי היכל הקודש, ווייל ביים רבי'ן איז שלום בית געווען א יסוד, ביים רבי'ן האט מען נישט געקענט זיין אויב מען האט זיך געקריגט אין שטוב, דער רבי האט נישט געוואלט זיצן ביים טיש מיט אזא איינעם וואס קריגט זיך אין שטוב מיט די ווייב. די גאנצע ענין פון שלום בית, פון רעדן שיין אין שטוב, מכבד זיין די ווייב - געפונט מען נאר אין רבינ'ס ספרים, דעריבער ווילן מענטשן זיך משדך זיין מיט א ברסלב'ער בחור, מען וויל זען נחת ביי די קינדער.


לערן, דאווען און פיר זיך מיט גוטע מידות - וועסטו בקרוב טרעפן דיין שידוך.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.