שאלה אין קורצן ענין
#1 - חיזוק צו טון פשוטע מצות?
חיזוק פאר מיידלעך, תפילה והתבודדות, שמחה, שלאפן, עבודת השם, נעגל וואסער, קריאת שמע

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


ערשטנס וויל איך זאגן אז איך האב נישט קיין ווערטער צו באדאנקען פאר אלע בית פיגא שיעורים, עס טוישט מיין לעבן צום גוטן.


איך האב זייער א שווערע צייט צו טון די פשוטע מצות, צום ביישפיל אפגיסן נעגל וואסער, ליינען קריאת שמע, דאווענען, און אזוי ווייטער. איז דא עפעס אן עצה עס גרינגער צו מאכן?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ג' פרשת אמור, י"א אייר, שנת תשפ"ו לפרט קטן


 


... תחי'


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


נעמט זיך פאר ווען איר גייט שלאפן זיך אנצוגרייטן נעגל וואסער, און אינדערפרי זאלט איר נישט אראפטרעטן פון בעט אן אפגיסן נעגל וואסער; אז מען גיסט אפ נעגל וואסער גייען אוועק פונעם מענטש אלע קליפות און מזיקים, דער מענטש באקומט א שמירה עליונה. און אויב חס ושלום מען גיסט נישט אפ נעגל וואסער - איז מען אין א סכנה, אלעס וואס מען כאפט אן ווערט טמא; און די סיבה פארוואס עס איז אייך אזוי שווער די מצוה פון נעגל וואסער, איז ווייל נעגל וואסער איז אזא הייליגע זאך אז די קליפות און שדים האבן זייער מורא פון דעם, דעריבער מאכן זיי עס זאל אויסקוקן שווער, זיי מאכן מען זאל נישט האבן געדולד, מען זאל זיך ארויסדרייען דערפון, מען זאל גיין שלאפן אן נעגל וואסער און אראפגיין פון בעט אן זיך אפגיסן.


אויך זאלט איר זיך שטארקן צו ליינען קריאת שמע יעדע נאכט איידער איר גייט שלאפן; קריאת שמע שעל המיטה היט דעם מענטש, חכמינו זכרונם לברכה זאגן (ברכות ה.), ווער עס ליינט קריאת שמע שעל המיטה - "מַזִיקִין בְּדֵילִין הֵימֶנּוּ", גייען אוועק אלע מזיקים פון אים; נאך זאגן זיי (שם), דער וואס ליינט קריאת שמע פארן שלאפן גיין: "כְּאִילוּ אוֹחֵז חֶרֶב שֶׁל שְׁתֵּי פִּיּוֹת בְּיָדוֹ", איז אזוי ווי ער האלט א שארפע שווערד וואס האט צוויי שארפן, ער פארשניידט אלע קליפות און מזיקים, און מען דארף גארנישט מורא האבן.


ועל כולם זאלט איר זיך מתבודד זיין; בעטס דעם אייבערשטן אין אייער שפראך אז איר זאלט קענען טון מצוות, און אים שטענדיג מאכן א נחת רוח; דאס רעדן צום אייבערשטן קלעבט צו דעם מענטש צום אייבערשטן מען זאל באקומען א שטארקע אמונה.



דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.