תוכן השאלה
לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,
איך בעט שוין אזוי לאנג אז איך זאל ליב האבן מיינע קינדער, און נעבעך איינע פון מיינע קינדער ליידט פון מיר, מיינע מידות זענען נאך אזוי רוי, איך דארף הדרכה ווי אזוי זיך אומצוגיין מיט אים ווען ער ניצט זיי הענט אויף די אנדערע קינדער, ווען ער צעשרייט זיך ווען איך אדער מיין מאן פרעגן אים איבער עפעס וואס מיר האבן נישט פארשטאנען קלאר וואס ער האט געזאגט, ווען ער פארלירט זיך און טוט ווילדע זאכן, ווי למשל נעמען א בעזעם שטעקן צו שלאגן, ווי אזוי רעאגיר איך? וואס זאג איך דעמאלט?
יישר כח
תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:
יום ד' פרשת כי תשא, י"ב אדר, שנת תשפ"ה לפרט קטן
מרת ... תחי'
איך האב ערהאלטן אייער בריוו.
וואס צעקלאפט איר זיך? וואס רעדט איר אזוי שלעכט אויף זיך? אז א קינד האט א שווערע נאטור און מען דארף דאס אים העלפן אויסארבעטן - דאס מיינט נישט אז די עלטערן האבן שלעכטע מידות, און אז א קינד שלאגט און נעמט שטעקנס צו שלאגן די אנדערע קינדער און מען דארף אים קנס'ענען - דאס מיינט נישט אז דאס קינד ליידט פון די עלטערן; מען ליידט פון זיך אליין פון די שווערע נאטורן, און עלטערן דארפן העלפן די קינדער אויסארבעטן די שווערע נאטורן.
אז איינער פון די קינדער ווילדעווען - דארף מען אים אויסלערנען אז מען קען נישט ווילדעווען; מען קען נישט שלאגן, מען קען נישט שעדיגן געשוויסטער. אמאל דארף מען אים לייגן אין די זייט ביז ער בארואיגט זיך און ביז ער בעט איבער, אמאל העלפט מען אים ארויסזאגן די ווערטער "איך גיי שוין זיין גוט", אמאל פרעגט מען: "גייסט שוין זיין גוט?" און אז דער קינד געבט נאר א קליינע שאקל דעם קאפ, זאגט מען הויך: "ברוך השם מיר האבן א טייער קינד, די יצר הרע איז שוין ארויס פון שטוב".
אמאל אז א קינד איז זייער ווילד, שלאגט און שטויסט, קען זיין אז דאס קינד איז הונגעריג. אמאל קען זיין אז דאס קינד איז מיד, דארף מען געבן וואס שנעלער עפעס עסן און זען וואס מען קען טון.
אויסלערנען קינדער צו פאלגן - איז נישט פארקערט פון זיין א גוטע מאמע, חס ושלום אויב מען לאזט קינדער טון וואס זיי ווילן, דאס איז די שלעכסטע זאך וואס קען זיין; אודאי דארף דאס זיין מיט אסאך גוטע ווערטער און אסאך ליבשאפט, אויסרימען, אויסלויבן, אבער אויך דארף מען לערנען קינדער ווי צו רעדן צו עלטערן, און אויף נישט שלאגן געשוויסטער וכו'.
דער עיקר איז תפילה, בעטס דעם אייבערשטן יעדן טאג פאר די קינדער, און ביי די שבת ליכט איז גאר א גוטע צייט צו בעטן פאר די קינדער, בעטס ביי די שבת ליכט דעם אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אז מיינע קינדער זאלן זיין ערליך און הייליג, העלף מיר איך זאל זיי מחנך זיין מיט שמחה, הייליגער באשעפער איך ווייס נישט ווי אזוי מחנך צו זיין די קינדער, איך ווייס נישט ווי אזוי צו זאגן, וויפיל צו זאגן און ווען צו זאגן, העלף מיר איך זאל מחנך זיין מיינע קינדער מיט שמחה, מיט ישוב הדעת, און זיי זאלן אויסוואקסן ערליך און הייליג".
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.