שאלה אין קורצן ענין
#1 - פארוואס אין חדר בין איך מצליח, און אינדערהיים נישט?
שלום בית, חינוך הילדים, סבלנות, אידישע שטוב, התבודדות, מלמדים

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך וועל גלייך צוגיין צום ענין, איך בין א מלמד ברוך ה', און ביי מיר אין כיתה איז מורא'דיג געשמאק און פאזיטיוו, אלע זענען פרייליך, איך לויב און רום יעדן אויס, איך שמייכל צו יעדן, איך לערן ברוך ה' פאר מיט געשמאק, איך פאלג וואס דער ראש ישיבה שליט"א זאגט פאר די מלמדים.


וואס זאל איך אבער טון אז ביי מיר אין שטוב איז חושך ענן וערפל, איך שריי אויף די קינדער, איך הער נישט אויף טיילן פסקים. דעם יום טוב האב איך עטליכע מאל געשלאגן מיין זון, און איין מאל מיין טאכטער.
עס הייבט זיך אן אז מיין זון איז נישט דרך ארץ'דיג, און מיין טאכטער זאגט יעדע מינוט "ניין" פאר מיין ווייב און פאר מיר. און ווי נאר עס ווערט נישט פרייליך אינדערהיים, בין איך מקפיד אויף יעדע זאך, עס ווערט אנגעצויגן.


אויב דער ראש ישיבה שליט"א וועט מיר פרעגן, "פארוואס טאקע איז דאס אזוי?", איך בין נישט אזוי קלוג זיך אליין ארויס צו האבן, צי עס האט מיט דעם אז מיין ווייב איז נישט איינשטימיג מיט מיר און זי שעצט מיר נישט, דערפאר איז מיין מח ענג און אינדערהיים פארליר איך דעם שמייכל, און די לופט ווערט אנגעצויגן, בכלל שפיר איך ווי ביי די חינוך שיעורים בין איך מער קלאר וואס איך האב צו טון, דער ראש ישיבה שליט"א לייגט אראפ דעם שפראך ווי אזוי מען זאל רעדן צו די קינדער, אבער ביי די שיעורים פון שלום בית איז עס נישט אזוי בפרטיות, דער ראש ישיבה געבט נישט דעם משל ווי אזוי צו האלטן א שטוב פאזיטיוו און פרייליך, וואס צו זאגן פאר די ווייב און ווי אזוי מען קומט אהיים, וואס זאגט מען מיט א שמייכל, מער קלארער. אדער קען זיין אז אין חדר איז עס אביסל 'געמאכט', 'כלומר'שט', מען מאכט א שמייכל און מען גריסט יעדן מען רימט יעדן וכו', ווידער אינדערהיים איז עס צו אמת'דיג? עס איז נישטא די אראפגעלאזקייט צו שמייכלען וכו'. אויך קען זיין אז איך האב פשוט נישט קיין אנונג פון וואס דאס קומט.


ברוך ה' אז דער ראש ישיבה שליט"א האט ביי יעדע בריוו צוגעטראפן קלארער מיין מצב ווי איך אליינס, אפשר קען מיר דער ראש ישיבה שליט"א העלפן ביטע?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ה' פרשת אחרי-ב', כ"ד ניסן, ט' לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


איך האב ערהאלטן דיין בריוו.


חינוך הבנים והבנות איז נישט קיין גרינגע זאך, עס איז פון די שווערסטע עבודות, מען דארף האבן אייזערנע נערווען זיך צו קענען האלטן רואיג און פרייליך, מען דארף אסאך בעטן דעם אייבערשטן אויף דעם, בפרט ווען עס קומט יום טוב ווען מען זיצט א גאנצע וואך אין שטוב מיט די קינדער, נאך א סעודה און נאך א סעודה, דארף מען אסאך בעטן דעם איבערשטן מען זאל בלייבן פרייליך און וויסן ווי אזוי צו מחנך זיין די קינדער, ווען צו זאגן, וויפיל צו זאגן און ווי אזוי צו זאגן.


הדבר הראשון זאלסטו מער נישט נוצן קיין הענט, נישטא אזא זאך שלאגן קינדער, דער רבי איז געווען זייער שטרענג אויף דעם, מען זאל נישט שלאגן די קינדער. דער רבי האט געזאגט: "וואס מען פועל'ט מיט שלעכטס וואלט מען געקענט בעסער און גרינגער פועל'ן מיט גוטנס", געענדיגט מיט נוצן הענט, נוץ די הענט נאר צו גלעטן און צו קניפן אין בעקל, געענדיגט מיט שלאגן.


שנית זאלסטו זיך נישט אראפקלאפן, אפילו דיין ווייב איז מיט דיר נישט איינשטימיג, זי האט איר גאנג וכו', זאל דיר דאס נישט אראפווארפן; איי וועסטו פרעגן ווי אזוי מאכט מען דאס? ווי קען מען זיין בגדלות המוחין אז מען לעבט מיט א ווייב וואס איז מזלזל? דער ענטפער איז, דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן פב), ווען מען איז זיך מבטל צום אייבערשטן, מען וויל גארנישט, מען וויל נאר טון די רצון השם, מען האט ליב די ווייב ווייל דער אייבערשטער האט געהייסן, נישט ווייל מען גייט צוריק באקומען פון איר עפעס, און נישט ווייל זי וועט זיין שיין צו מיר און רעדן שיין, נאר ווייל דער אייבערשטער האט מיר געגעבן די פרוי און מיט איר האב איך קינדער, וועל איך איר ליב האבן - דעמאלט - זאגט דער רבי - ווערט די ווייב בטל צום מאן און מען קען לעבן א חיים טובים.


קלאפ זיך נישט אראפ, ערווארט נישט גארנישט פון דיין ווייב, און אז דיינע קינדער פאלגן נישט, זאלסטו זיי זאגן מיט ליבשאפט: "דער אייבערשטער זאגט מען דארף פאלגן א טאטע און מאמע, און אז מען פאלגט א טאטע און מאמע באקומט מען א גרויסע שכר", די ווערטער זאלסטו זיי זאגן מיט ליבשאפט, (מיט א שטרענגע פנים אבער מיט ליבשאפט).


ועל כולם גיי יעדן אינדערפרי וויין זיך אויס צום אייבערשטן, בעט אים איבער און בעט אים ער זאל דיך מקרב זיין, בעט אים ער זאל דיר געבן ליבשאפט, דיר ווייזן אז ער האט דיך ליב, דערצייל אים ווי שטארק דו ביסט צעקלאפט ביי דיר, דערצייל אים ווי דו שפירסט זיך ווי א שמאטע וכו' וכו', בעט אים ער זאל דיר מאכן שפירן גוט, דו זאלסט האבן א שטארקע אמונה און געדענקען אז מען גייט שוין באלד צוריק אהיים און מען נעמט גארנישט מיט, מען נעמט מיט נאר מצוות און מעשים טובים און די דורות וואס מען לאזט איבער.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.