שאלה אין קורצן ענין
#1 - קען א מאמע בעטן דעם אייבערשטן אנשטאט איר קינד?
חינוך הילדים, חיזוק פאר פרויען, קינדער, תפילה והתבודדות, תפלות אויף אידיש

תוכן השאלה‎

לכבוד דער ראש ישיבה שליט"א,


איך בין א פרוי וואס הערט די שיעורים, איך בין זיך זייער מחיה דערמיט, און כאטש וואס כ'פלעג אלץ רעדן צום אייבערשטן, אזוי ווי דער ראש ישיבה שליט"א זאגט אלץ אז יעדע אידישע פרוי רעדט צום אייבערשטן אפילו מ'איז נישט קיין ברסלבער, אבער די שיעורים און דרשות געבן מיר פיל מער חיזוק זיך מער צו שטארקן צו בעטן דעם אייבערשטן.


מיין בחור לערנט אין א ישיבה, אבער ער מוטשעט זיך שטארק ברוחניות, ער פירט זיך נישט אויף ווי עס דארף צו זיין, און פארשטייט זיך אז מיין הארץ בלוטיגט אויף דעם, איך וויין אסאך צום אייבערשטן און איך בעט אסאך דעם אייבערשטן.


מיין שאלה איז אזוי, דער בחור אליין שפירט נישט אז עפעס פעלט אים, ער מיינט אז ער וויל פשוט הנאה האבן אויף דער וועלט, און ער כאפט נישט ווי ער גייט אויפ'ן וועג אראפ צום שאול תחתית, און ער וועט נישט בעטן דעם אייבערשטן אז ער זאל זיך צוריק כאפן. איז די שאלה צי איך קען עס טון אנשטאט אים, אז איך זאל בעטן דעם אייבערשטן פאר אים אז ער זאל זיך צוריק שטעלן אויפ'ן ריכטיגן וועג, אפלאזן די אלע שלעכטע כלים וואס ער האט זיך איינגעהאנדלט צו קוקן שלעכטע זאכן, ער זאל צוריק קומען צום אייבערשטן ווי עס דארף צו זיין.


איז דאס די זעלבע זאך ווען איך בעט אנשטאט אים? וועט דאס העלפן די זעלבע ווי ווען ער אליין וואלט ווען געבעטן פאר זיך?


יישר כח

תשובה מאת הראש ישיבה שליט"א:‎

בעזרת ה' יתברך


יום ב' פרשת מטות-מסעי, כ"ו תמוז, שנת תשע"ט לפרט קטן


 


מרת ... תחי'.


איך האב ערהאלטן אייער בריוו.


וואס איז בכלל די הוה אמינא צי עס העלפט תפילות פון א מאמע פאר אירע קינדער?! אלע גרויסע צדיקים וואס האבן באלאכטן די וועלט איז נאר ווייל זייערע מאמעס פלעגן וויינען צום אייבערשטן זיי זאלן זוכה זיין צו קינדער וואס וועלן באשיינען די וועלט.


מוהרא"ש פלעגט דערציילן אז אמאל איז א איד געקומען צום הייליגן חפץ חיים זכותו יגן עלינו און געבעטן א ברכה אויף גוטע קינדער, האט דער הייליגער חפץ חיים זי"ע גענומען א תהלים וואס איז געווען אויפגעבלאזן פון נאסקייט און דאס געוויזן פאר דעם איד, און אים געזאגט: "דאס איז דער תהלים פון מיין מאמע עליה השלום, וואו זי פלעגט יעדן טאג וויינען אז זי זאל האבן גוטע קינדער; אזוי איז מען זוכה צו גוטע קינדער".


זאלט איר ווייטער ממשיך זיין מיט תפילות צום אייבערשטן אויף אלע קינדער וועט איר זען פיל נחת ביי אלע פון זיי, בפרט ווען איר צינדט אן די שבת ליכט זאלט איר בעטן דעם אייבערשטן אויף אייער אייגענע שפראך; בעטס פאר אייך, פאר אייער מאן, פאר דעם קינד וואס פאלט וכו', פאר אלע אייערע קינדער און פאר אלע אידן. ביי די שבת ליכט איז א צייט וואס מען קען אויס'פועל'ן גרויסע ניסים.


רבי נתן האט געבעטן זיין ווייב און זיינע טעכטער אז ווען זיי צינדן אן די שבת ליכט זאלן זיי בעטן דעם אייבערשטן: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד אָן דִי לִיכְט, אַזוֹי זָאל אָנְגֶעצִינְדְן וֶוערְן דֶעם הֵיילִיגְן רֶבִּינְ'ס לִיכְט אִין אַלֶע אִידִישֶׁע הֶערְצֶער"; אזוי אויך זאלט איר בעטן ביי די ליכט: "רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם, הֶער אוֹיס מַיין גֶעבֶּעט, הֶעלְף מִיר אִיךְ זָאל הָאבְּן עֶרְלִיכֶע קִינְדֶער וָואס וֶועלְן דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט, בִּפְרַט מַיין זוּן הַבָּחוּר ..., הָאבּ רַחְמָנוּת אוֹיף אִים אוּן עֶפְן אִים זַיין הַארְץ עֶר זָאל נָאר דִיר וֶועלְן, עֶר זָאל אָפְּלָאזְן אַלֶע נַארִישְׁקֵייטְן, עֶר זָאל הָאבְּן רֵיינֶע אוֹיגְן אוּן נִישְׁט קוּקְן דִי אַלֶע שְׁלֶעכְטֶע זַאכְן. רִבּוֹנוֹ שֶׁל עוֹלָם אַזוֹי וִוי אִיךְ צִינְד יֶעצְט אָן דִי שַׁבָּת לִיכְט זָאלְסְטוּ אִים לִיכְטִיג מַאכְן זַיין לֶעבְּן, עֶס זָאל אַרַיין גֵיין אִין אִים אַ רֵיינֶע גֵייסְט, אַ הֵיילִיגְקֵייט. מַאךְ אוּנְז לִיכְטִיג אוּנְזֶער לֶעבְּן אוּן מַאךְ לִיכְטִיג פַאר אַלֶע אִידִישֶׁע קִינְדֶער; אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן דִיר אוּן אַלֶע זָאלְן וִויסְן פוּן הֵיילִיגְן רֶבִּי'ן. צִינְד אָן ...'ס הַארְץ עֶר זָאל דִיר דִינֶען מִיט לִיבְּשַׁאפְט אוּן צִינְד אָן דִי הֶערְצֶער פוּן מַיינֶע קִינְדֶער".


אז איר האט נישט קיין כח צו שטיין קענט איר זיך אראפזעצן און אז איר קענט נישט האלטן די הענט אויפן פנים פאר לאנג, קענט איר פשוט זיצן ביי די ליכט און רעדן צום אייבערשטן. בעטס און בעטס און שפארטס נישט קיין טרערן, ווייל יעדע טרער איז נאך א טראפ וואסער וואס וועט שפאלטן די הערצער פון אייערע קינדער.


אויך זאלט איר פרובירן מיט אלע כוחות צו קוקן גוט אויף אים; זוכטס אויף גוטע נקודות אויף אייער זון נרו יאיר און מאכט דערפון אן עסק, ווייל געווענליך זוכט מען אלץ חסרונות אינעם קינד. ווען מען זעט עפעס וואס דער קינד דארף פאררעכטן האלט מען פאר דעם קינד, אבער ווען דער קינד טוט גוטס דעמאלט זאגט מען גארנישט, דער וועג איז נישט קיין וועג; קלוגע עלטערן מאכן פון יעדע גוטע נקודה אן עסק.


אז איר וועט קוקן גוט אויף אים וועט איר אים צוריק ברענגען אינגאנצן צום אייבערשטן. מוהרא"ש זכרונו לברכה האט דערציילט פונעם אהבת ישראל זכותו יגן עלינו, אז ווען ער האט זיך אריין געצויגן קיין מארמאראש וואו עס האבן געוואוינט אידישע קינדער וואס זענען געווען זייער ווייט פונעם דרך התורה והמצוות, האט מען אים געפרעגט: "ווי אזוי וועט דער רבי קענען פועל'ן ביי די מארמאראשע אידן זיי זאלן תשובה טון, זיי זאלן זיך פירן אזוי ווי עס דארף צו זיין?" האט זיי דער אהבת ישראל געענטפערט: "איך וועל זיי אזוי ליב האבן, ביז זיי וועלן פאלגן וואס איך לערן זיי און וואס איך פארלאנג פון זיי"; זעט מען אז מיט ליבשאפט קען מען אלעס פועל'ן.


שטארקטס אייך אין תפילה, זייטס ממשיך מיט אייערע תפילות וועט איר זען גרויסע ניסים.