בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז דו ביסט קלוגער, ביסטו דאך ערשט א נאר
שלום בית, תמימות, תפילה, ליצנות, סיפורי מעשיות

בעזרת ה' יתברך - יום א' פרשת לך לך, ב' מר-חשון, שנת תשפ"ה לפרט קטן


 


לכבוד ... נרו יאיר


מיר האבן געהאט א הערליכע שבת אין ישיבה. שבת אינדערפרי נאכן דאווענען האבן מיר געלערנט די מעשה פון חכם און תם (סיפורי מעשיות, מעשה ט), ווי דער תם האט זיך געפירט בתמימות, און ווען מענטשן זענען געקומען צו אים שפעטן האט ער זיי געזאגט: "נאר אן ליצנות", און ווען זיי האבן געענטפערט "מיר מיינען נישט קיין ליצנות", האט ער גלייך אנגעהויבן רעדן מיט זיי, ער האט נישט געוואלט איבערטראכטן אפשר מיינען זיי יא ליצנות נאר זיי זאגן אז זיי מיינען נישט צו טשעפען, ווייל דאס אליין איז ליצנות, דער תם האט זיך געפירט זייער גראד, און ווען ער האט געזען אז זיי שפעטן פון אים האט ער זיי געענטפערט: "וואס וועט זיין אויב ענק וועלן זיין קליגער פון מיר? וועלן ענק ערשט זיין נאראנים, ווייל וואס בין איך דען?"


מיר האבן גערעדט פון שלום בית, אז מען זאל נישט שפעטן איינער פון צווייטן, און אויב מען האלט זיך קליגער איינער פון צווייטן איז מען דאך ערשט א נאר, אזוי ווי דער תם האט געזאגט.


ביי שלש סעודת האבן מיר גערעדט פון דאס גרויסקייט פון דינען דעם אייבערשטן מיט תמימות. דער פסוק זאגט (בראשית ו, ט): "נֹחַ אִישׁ צַדִּיק", נח איז געווען א צדיק; ווי אזוי איז ער צוגעקומען צו זיין א צדיק אין אזא געפאלענע דור ווי די דור המבול? זאגט דער פסוק (שם): "תָּמִים הָיָה בְּדֹרֹתָיו",  ער האט געדינט דעם אייבערשטן מיט תמימות; דאס איז דער וועג צו ווערן א צדיק, ווער עס גייט בתמימות ופשיטות; ער גייט אין שול דריי מאל א טאג דאווענען די דריי תפילות און טוט בתמימות די מצוות וואס דער אייבערשטער האט אונז באפוילן, און ועל כולם ער איז זיך מתבודד, ער רעדט ארויס אפאר ווערטער צום אייבערשטן – דער קען זוכה זיין צו ווערן אן איש צדיק.


מיר האבן געלערנט ספר חיי מוהר"ן, סימן תלט, ווען דער רבי איז שוין געווען זייער נישט געזונט, דעם לעצטן ראש השנה פון רבינ'ס לעבן, שנת תקע"א, איז געווען ביים רבי'ן אן אייניקל - ישראל'יק, א זון פון שרה דעם רבינ'ס טאכטער; דער אייניקל איז אריין צום רבי'ן אין שטוב און דער רבי האט אים געבעטן: "דאווען פאר מיר איך זאל זיין געזונט", האט ער געפרעגט דעם רבי'ן: "וואס וועל איך באקומען דערפאר?" האט דער רבי געשמייכלט און געזאגט פאר די תלמידים: "ער פירט זיך שוין ווי א גוטער איד", (אזוי פלעגט מען דעמאלט רופן א רבי - 'א גוטער איד'), האט אים דער רבי געגעבן זיין גאלדענעם זייגער. ישראל'יק האט גענומען דעם זייגער און געזאגט הויך אויפן קול: "גאט גאט! לאז מיין זיידע זיין געזונט", און אלע וואס זענען געווען אנוועזנד האבן זיך צעלאכט, האט זיך דער רבי אנגערופן צו זיי און געזאגט: "וואס לאכט איר, וואס דען איז תפילה?!" זיי האבן געלאכט מיינענדיג צו זאגן, ווי איינער פרעגט: 'דאס מיינט תפילה? אויף דעם האסטו באקומען א זייגער?!' האט דער רבי זיי געזאגט: "וואס דען איז תפילה?!" דאס איז תפילה! פשוט'ע ווערטער פארן אייבערשטן, אן קיין שום צוגעלייגטע זאכן וכו'.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.