בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת צו, י"ד אדר ב', חג הפורים, שנת תשפ"ב לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
וואויל איז דיר אז דו האסט געהאט די שטארקייט, דו האסט אוועקגעווארפן דיין טעלעפאן, דו האסט עס צעבראכן. דיינע ברידער לאכן פון דיר, מען מאכט חוזק פון דיר - אבער אויבן אין הימל טוט זיך עפעס אנדערש, דער אייבערשטער מיט אלע מלאכים שאלן פאר פרייד. חכמינו זכרונם לברכה זאגן (פסחים קיג.): "שְׁלֹשָׁה מַכְרִיז עֲלֵיהֶן הַקָדוֹשׁ בָּרוּךְ הוּא בְּכָל יוֹם", דער אייבערשטער רופט אויס אין הימל יעדן טאג "עַל רַוָּק הַדָּר בַּכְּרָךְ וְאֵינוֹ חוֹטֵא", אויף א בחור וואס זינדיגט נישט; א בחור וואס צעברעכט זיין טעלעפאן מאכט אין הימל אזא רעש, עס ווערט א שמחה אין אלע וועלטן.
זיי שטארק, פאל נישט צוריק; נעם זיך צו לערנען משניות, זאג יעדן טאג ח"י פרקים משניות - וועסטו האבן כח צו בלייבן ערליך.
ווען דו האסט אוועקגעווארפן דיין טעלעפאן האט דיין צוקונפטיגע כלה אויך אוועקגעווארפן אירע נסיונות. די הייליגע חכמים זאגן (סוטה ב.): "אֵין מְזַוְּגִין לוֹ לְאָדָם אִשָּׁה אֶלָּא לְפִי מַעֲשָׂיו", א שידוך האט מיט די מעשים; וואלסט זיכער נישט געוואלט אויסגעפונען נאך די חתונה ווי דיין ווייב זיצט מיט א טעלעפאן און קוקט אויף שדים און שידות, דאס גייט אבער נאר ביידע וועגן; דו דארפסט זיין ערליך, האבן שמירת עיניים - וועסטו באקומען א ריינע כלה.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.