בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז דו ווילסט מאכן א לעבן, ביסטו געזונט און פריש
תפילה והתבודדות, כיבוד אב ואם, בחור, כעס, תפלות אויף אידיש

בעזרת ה' יתברך


יום ד' פרשת נשא א', ד' סיון, שנת תש"פ לפרט קטן


 


לכבוד הבחור החשוב ... נרו יאיר.


דיין טאטע שרייבט מיר זייער שיינע זאכן אויף דיר, אז דו ביסט א קלוג קינד, א פרייליך קינד, נישט קיין פארשלאפענער; איך האב הנאה צו הערן אז דו פארשטייסט אן עסק, דו ביסט ווייט פון זיין א בטלן, דאס איז א סימן פון א געזונט קינד, אז מען האט ליב צו מאכן א לעבן.


יעדע זאך וואס דו דארפסט אין לעבן זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן, וואס מען בעט דעם אייבערשטן באקומט מען; אמאל באקומט מען דאס נאך איין מאל בעטן, אמאל נאך צוויי מאל און אמאל דארף מען אביסל ווארטן, אבער ביים סוף זעט מען גרויסע ניסים, מען באקומט וואס מען בעט.


איך ווייס מעשיות פון אינגעלייט וואס האבן נישט געהאט קיין געלט, זיי האבן זיך זייער געפלאגט; זיי פלעגן יעדן טאג בעטן דעם אייבערשטן אויף זייער שפראך, אייגענע תפילות - אז דער אייבערשטער זאל זיי העלפן, ביז זיי זענען געווארן גרויסע עשירים, זיי האבן אלעס וואס זיי ווילן. אזוי אויך ווייס איך מעשיות פון ברסלב'ע חסידים וואס זיי האבן געוואלט האבן שיינע קארס, זיי האבן געבעטן דעם אייבערשטן און וואונדער איז געשען, זיי האבן שיינע באקוועמע קארס. אזוי זענען דא טויזנטער מעשיות פון אלע סארט בקשות ווי מען ווערט געהאלפן דורכ'ן בעטן דעם אייבערשטן.


זאלסט זיך צוגעוואוינען צו רעדן צום אייבערשטן ביי יעדע זאך; צום ביישפיל, ווען דו שפילסט א שפיל מיט דיינע חברים און דו ווילסט זייער שטארק אז דיין צד זאל געוואונען דעם שפיל, זאלסטו אינמיטן שפילן דעם שפיל בעטן א שטילע געבעט: "הייליגער באשעפער איך וויל געוואונען דעם שפיל, העלף מיר, העלף אונזער זייט מיר זאלן געוואונען", וועסטו זען עס וועט געשען וואונדער און דיין צד וועט געוואונען דעם שפיל. נאך א ביישפיל, אז דו ווילסט גיין אין א פלאץ שפילן און דו האסט נישט קיין וועג אהין צו גיין, אדער דיינע עלטערן ווילן נישט דו זאלסט גיין אהין, זאלסטו בעטן דעם אייבערשטן: "אייבערשטער מאך א נס אז איך זאל האבן א וועג צו קענען גיין שפילן; העלף מיר אז מיינע עלטערן זאלן מיר לאזן גיין", וועסטו זען אז עס וועט געשען ניסים, דו וועסט האבן א וועג; דיינע עלטערן וועלן דיר העלפן, זיי וועלן מיט גיין מיט דיר.


אזוי אויך בעט דעם אייבערשטן אויף דיינע שוועריקייטן; דער רבי האט דערציילט (שבחי הר"ן, סימן כב) אז אין די יונגע יארן פלעגט ער זיך זייער שנעל אויפרעגן און ער פלעגט בעטן זייער אסאך דעם אייבערשטן אז ער זאל נישט האבן די מדה פון כעס, ער זאל זיך נישט אויפרעגן, ביז דער אייבערשטער האט אים געהאלפן אז ער האט אויסגעריסן זיינע שלעכטע נאטורן.


זיי מכבד דיין טאטע מאמע, אזוי ווי די תורה זאגט (שמות כ, יא): "כַּבֵּד אֶת אָבִיךָ וְאֶת אִמֶּךָ, לְמַעַן יַאֲרִכוּן יָמֶיךָ", ווער עס איז מכבד זיינע עלטערן וועט עסן פון די שכר אויף די וועלט און אויף יענע וועלט.


דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.