בעזרת ה' יתברך
יום ה' פרשת פנחס, שבעה עשר בתמוז, שנת תש"פ לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר.
אז דיין ווייב זאגט דיר אז זי האט מורא וכו' און זי וויל האבן א פרוי וואס זאל שטיין מיט איר בשעת די לידה (דאולע), זאלסטו נישט חוזק מאכן פון איר; דו ביסט נישט גערעכט מיט דעם וואס דו זאגסט איר: "עס איז שטותים".
צווישן מיר און דיר איז דאס א פיינע שטות; עס איז א צעדרייטע זאך וואס געוויסע פרויען וואס זוכן גרינג פרנסה זענען אויפגעקומען דערמיט, זיי זענען מסביר ווי זיס, רואיג און געשמאק עס איז ווען זיי שטייען צו די האנט וכו' וכו'; נאטורליך כאפן זיך די פרויען צו צו דעם, ווען מען רעדט זיי איין אז מיט זיי וועט די לידה זיין גרינגער, ווען זיי אליינס קענען זיך נישט העלפן וכו'. אבער אז דיין ווייב בעט עס פון דיר דארפסטו וויסן אז זי האט שרעק, זי האט פחד, זי האט מורא - זאלסטו איר בארואיגן.
א מאן וועט קיינמאל נישט פארשטיין וואס מיינט א לידה; מענער ווייסן נישט און קענען נישט וויסן וואס א פרוי גייט אריבער במשך די אלע חדשים, זיי זענען איין שטיק שרעק, איין שטיק פחד: 'וואס גייט זיין?' 'ווי אזוי וועט עס זיין?' ממילא דארפסטו איר בארואיגן, נישט חוזק מאכן.
בעט דעם אייבערשטן אז דו זאלסט שטענדיג געדענקען די נס וואס ער האט מיט דיר געטון, אז ער האט דיר געגעבן אזא טייערע מתנה - א טייערע ווייב, אן אמת'ע אשת חיל; זאלסט איר נאר מחזק זיין און אויפבויען. מערסטנס קענסטו איר זאגן: "לאמיר נעמען דעם אייבערשטן - ער זאל העלפן, ער זאל מאכן די לידה זאל זיין גרינג און געזונט"; ווייל לידה איז נאר אין דעם אייבערשטנ'ס הענט, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (תענית ב.): "מַפְתֵּחַ שֶׁל חַיָה", אז דער שליסל פון האבן קינדער ליגט אין די הענט פונעם אייבערשטן; נאר ער קען העלפן און נאר אויף אים דארף מען זיך פארלאזן.
שטארק זיך אין הפצה; ווען דו גייסט הפצה זאלסטו וויסן און געדענקען אז אין די מינוטן וואס מען איז עוסק אין הפצה איז מען ביים אייבערשטן זייער חשוב, מען קען דעמאלט פועל'ן גרויסע ישועות; ווער רעדט נאך ווען דו כאפסט אריין א בזיון, מען שרייט אויף דיר: "גיי דיר מיט די ברסלב'ע זאכן!" "גיי דיר מיט די שמות!" און נאך אנדערע זידלונגען וואס מפיצים כאפן אריין - זאלסטו זיך נישט דערשרעקן און דו זאלסט נישט ענטפערן, נאר בעטן דעם אייבערשטן פאר דיר און פאר אנדערע אידן.
ווען מען ווערט פארשעמט און מען ענטפערט נישט צוריק - איז מען דעמאלט זייער באליבט ביים אייבערשטן, אזוי ווי חכמינו זכרונם לברכה זאגן (שבת פח:): "הַנֶּעֱלָבִים וְאֵינָם עוֹלְבִים", די וואס ווערן פארשעמט און זיי טוען נישט צוריק פארשעמען, "שׁוֹמְעִים חֶרְפָּתָם וְאֵינָם מְשִׁיבִים", די וואס הערן ווי מען שענדט זיי און זיי ענטפערן נישט צוריק, "עוֹשִׂים מֵאַהֲבָה וּשְׂמֵחִים בְּיִסּוּרִים", די וואס דינען דעם אייבערשטן מיט ליבשאפט און פרייען זיך מיט'ן אייבערשטן - אפילו ווען עס איז זיי שווער, אויף זיי איז געזאגט געווארן דער פסוק וואס שטייט (שופטים ה, לא): "וְאֹהֲבָיו כְּצֵאת הַשֶּׁמֶשׁ בִּגְבֻרָתוֹ", זיי זענען באליבט ביים אייבערשטן.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.