בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז דער טאטע דאווענט מיט מנין, וועלן די קינדער נישט ליידן צרות
קינדער, צניעות, סגולות, דאווענען, מנין

בעזרת ה' יתברך


ליל שישי פרשת וירא, ט"ז מרחשון, שנת תשפ"ב לפרט קטן


 


לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר


איך האב זייער הנאה אז דו האסט זיך מקבל געווען צו דאווענען די דריי תפילות מיט מנין, דו ביסט זייער מקפיד צו גיין אין שול אלע דריי תפילות.


ווען א איד גייט אין שול דריי מאל א טאג דאווענען שחרית, מנחה און מעריב - היט אים דער אייבערשטער. אויך איז דאס א סגולה פאר קינדער, די קינדער ליידן נישט קיין צרות בזכות וואס דער טאטע דאווענט מיט מנין, אזוי ווי דער הייליגער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן נב): "יַקְדִּים וְיַחְשִׁיךְ לְבֵית הַכְּנֶסֶת, עַל יְדֵי זֶה יַאֲרִיךְ יְמֵי בָנָיו", אז מען גייט אין שול צופרי און ביינאכט - לעבן די קינדער; און פארקערט חס ושלום, אויב מען גייט נישט אין שול, זאגט דער רבי (שם אות תפלה, סימן לו): "גּוֹרֵם גָּלוּת לְבָנָיו", ווערן די קינדער פארטריבן.


איך וויל דיר בעטן א טובה, זאג מיר נישט אפ; זיי מחזק דיין ווייב זי זאל גיין אנגעטון איידל, זי דארף אביסל חיזוק, זי איז זייער וואויל אבער זי ווערט נאכגעשלעפט. דו דארפסט איר געבן גוטע ווערטער ווען זי טוט זיך אן איידל, זי איז געווען אלץ מיידל זייער איידל, יעצט ווערט זי צעפאלן פון די משפחה וכו'.


דו ווילסט דאך גוטע קינדער; נעם די עצה וואס דער רבי זאגט (ספר המדות אות בנים, סימן ט): "צְנִיעוּת שֶׁבָּאִשָּׁה מְזַכָּה לָהּ לְבָנִים הֲגוּנִים", א פרוי וואס פירט זיך איידל און צניעות'דיג וועט זוכה זיין צו גוטע קינדער.