בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אז איר זענט אין ארץ ישראל, דארפט איר לעבן מיט התבודדות
תפילה והתבודדות, שלום בית, מוסדות, משניות, ארץ ישראל, מעביר סדרה

בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת בחוקותי, מברכים החודש, כ"ג אייר, ל"ח לעומר, שנת תשפ"ד לפרט קטן


 


לכבוד מיינע טייערע ליבע חברים תלמידי היכל הקודש פון ארץ הקודש, ה' עליהם יחיו


איך בין אזוי פרייליך אז איך האב זוכה געווען זיך צו טרעפן מיט ענק יעצט ווען איך בין געווען אין ארץ ישראל, איך בין אזוי איבערגענומען פון די חבורות אין אלע שטעטלעך, סיי וואו איך בין אנגעקומען צו באזוכן און פון די חבורות וואו איך האב נישט געהאט די מעגליכקייט אנצוקומען.


אויך פון די מוסדות; די תלמוד תורות און בית פיגא שולן אין ירושלים, בני ברק און טבריה, די קינדער וואקסן מיט אזא ריינקייט און הייליגקייט אויף א געזונטע אופן, און אפגערעדט פון אונזער ישיבה אין ירושלים, מיט זיי האב איך פארברענגט דאס מערסטע און איבערגענומען פון זיי דאס מערסטע.


איך וויל ענק נאכאמאל מחזק זיין ענק זאלן לערנען יעדן טאג שיעורים אין די הייליגע תורה, אנגעהויבן מיט חומש; לערנען יעדן טאג דעם פרשת השבוע איינגעטיילט לויט די טעג פון די וואך שנים מקרא ואחד תרגום, און אז מען קען - אויך מיט רש"י; דער לימוד איז זייער הייליג.


מיר קומען נענטער און נענטער צום הייליגן יום טוב שבועות, מיר גייען נאכאמאל מקבל זיין די תורה פונדאסניי; זאלסטו זיך באנייען אין לערנען יעדן טאג משניות, זאג די ווערטער אפילו אן פארשטיין, קענסט זוכה זיין צו גאר הייליגע זאכן. דער הייליגער בית יוסף זכותו יגן עלינו האט זוכה געווען צו א מגיד פון הימל, דער מגיד פלעגט שטענדיג קומען לערנען מיט אים און אים זאגן מוסר וכו' - אלעס בזכות משניות. דער הייליגער בית יוסף פלעגט זאגן זייער אסאך משניות, אמאל פערציג פרקים משניות, און אמאל מער, דער בית יוסף שרייבט (מגיד מישרים משלי סימן כג, עמוד קסג): "הִשְׁכַּמְתִּי כְּמִנְהָגִי לִקְרוֹת בַּמִּשְׁנָיוֹת, וְקָרִיתִי כְּמוֹ מ' פְּרָקִים", איך בין אויפגעשטאנען אינדערפרי זאגן משניות, איך האב געזאגט פערציג פרקים משניות און נאכדעם האט זיך דער מגיד באוויזן צו מיר.


אויך וויל איך ענק מחזק זיין מיינע טייערע ארץ ישראל'דיגע חברים, תלמידי היכל הקודש; גייט יעדן טאג התבודדות, גייט זיך אויסשמועסן דאס הארץ מיטן אייבערשטן. אז מען וואוינט אין ארץ ישראל און מען מאכט נישט התבודדות - איז מען א גרויסער נאַר, אז מען וואוינט אין ארץ ישראל, די הייליגע פלאץ; דער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק ב', סימן קטו): "אֶרֶץ יִשְׂרָאֵל יֵשׁ לָהּ רָקִיעַ אַחֵר מִשְּׁאָר אֲרָצוֹת", ארץ ישראל האט אן אנדערע הימל פון אנדערע לענדער, א הימל פון קדושה, פון אמונה, און אז מען לעבט נישט מיטן אייבערשטן - איז מען א גרויסער טיפש; ווייל איך האב געהערט פון מיין טאטע רב דקארלסבורג שליט"א, ווען איך בין געווען אין מירון שבת ל"ג בעומר, פרייטאג צו נאכטס אויפן וועג אראפ פון די מערה האט מיין טאטע קארלסבורגער רב געשמועסט מיט אונז, רבי יונה זינגער, אונזער דיין פון אמעריקע איז אויך דארט געווען, מיין טאטע האט נאכגעזאגט א ווארט פון הייליגן רבי'ן פון סאטמער זכותו יגן עלינו, ביי די הגדה זאגן מיר: "כנגד ארבעה בנים דברה תורה, אחד 'חכם', אחד רשע, אחם תם" וכו', אזוי זאגן מיר און דאס איז די נוסח פון תלמוד בבלי; אין ירושלמי איז אנדערש די נוסח, דארט שטייט: אחד 'טיפש', האט דער הייליגער רבי פון סאטמער געזאגט: "מילא אין חוץ לארץ, איינער ווייסט נישט פון די ניסים פון יציאת מצרים איז ער נאכנישט קיין טיפש, ער איז בסך הכל א תם, אבער אז דו וואוינסט אין ארץ ישראל, אין די הייליגסטע פלאץ פון דער וועלט און דו ווייסט גארנישט פון אייבערשטן - ביסטו א טיפש"; מיין טאטע האט דערציילט אז דער רבי פון סאטמער איז געווען ביים חזון איש זכותו יגן עלינו און געזאגט די ווארט, שפעטער האט ער צוריק געהערט אז דער חזון איש האט דאס איבערגעזאגט אסאך מאל און זייער הנאה געהאט.


דאס זעלבע זאג איך ענק, מיינע טייערע חברים פון ארץ הקודש תלמידי היכל הקודש, אז איר זענט אין ארץ ישראל דארפט איר לעבן מיט התבודדות, מיט שפאצירן מיטן אייבערשטן, אזוי ווי די תורה זאגט (ויקרא כו, יב): "וְהִתְהַלַּכְתִּי בְּתוֹכֲכֶם", זאגט רש"י: "אטייל עמכם בגן עדן"; גיין באופן קבוע יעדן אינדערפרי א שפאציר, זיך אויסגיסן דאס הארץ, בעטן דעם אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, איך וויל זיין א איד, איך וויל לעבן מיט דיר, איך וויל לערנען און דאווענען וכו' וכו'"; אז מען טוט דאס - איז מען אין גן עדן.


אויך זאלן ענק זיך נישט קריגן אין שטוב און געדענקען דער סוד פון שלום בית; פארגינען די ווייב מיט גוטע ווערטער, עס איז נישט גערעכט אז מען פארגינט איר נישט די גוטע ווערטער, טאג און נאכט זאלסטו זאגן גוטע ווערטער, אזוי לעבט אן ערליכער איד; שלום בית איז נישט קיין מאדערנע זאך, שלום בית איז דא נאר ביי צדיקים, נאר ביי ערליכע אידן.


איך בענק שוין נאכאמאל צו ענק, איך האף צו קומען צו ענק ווי שנעלער.


א פרייליכן שבת.