בעזרת ה' יתברך
יום ג' פרשת בלק, י"ג תמוז, שנת תשע"ח לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
איך דאנק דיר פארן העלפן די מוסדות מיט אזא איבערגעגעבנקייט; נאך אביסל וועסטו טרעפן דיין זיווג און אויפשטעלן א שיינע שטוב.
עס דארף זיין פאר אונז א זכיה אז מיר קענען באדינען דעם הייליגן רבי'ן; וויפיל מיר זאלן משמש זיין דעם הייליגן רבי'ן האבן מיר נישט אנגעפאנגען אים צו באצאלן אויף וואס ער טוט מיט אונז. ווי אזוי וואלטן מיר אויסגעזען ווען מיר ווערן נישט מקורב צום רבי'ן? פאר די מתנה פון התבודדות וואס דער רבי האט אונז געגעבן איז שוין כדאי געווען צו מקורב ווערן צום רבי'ן.
ווער עס פאלגט דעם רבי'ן און מאכט התבודדות יעדן טאג, ער שמועסט זיך אויס דאס הארץ צום אייבערשטן אויף זיין פשוט'ע שפראך, ער דערציילט אים אלעס וואס באדערט אים און וואס דרוקט אים - דער איז א גליקליכער מענטש און דער לעבט א גוטע לעבן. דורך די עצה קען מען פארנעמען שווערע טעג, מען ווערט נישט פארלוירן ווען עס גייט נישט פונקט ווי מען וויל און מען לעבט מיטן אייבערשטן אויף טריט און שריט. ווי מער מען רעדט צום אייבערשטן ווערט מען מער בטל ומבוטל צום אייבערשטן, מען ווייסט און מען גלייבט אז אלעס וואס דער אייבערשטער טוט איז גוט.
דער הייליגער תולדות יעקב יוסף - דער מגיד פון פולנאה זכותו יגן עלינו איז אמאל געפארן צו א ברית, נאכדעם וואס מען האט אים מכבד געווען מיט סנדקאות, ווען מען האט געזען אז ער קומט נישט אן האט מען געפראוועט דעם ברית אן אים, למעשה איז דער הייליגער תולדות אנגעקומען נאכן ברית און ער געהאט א גרויסע הקפדה פארוואס מען האט נישט געווארט אויף אים. אינמיטן די סעודה איז אנגעקומען אן אורח וואס האט זיך אויפגעפירט זייער מאדנע; יעדע זאך וואס מען האט אים געפרעגט האט ער געענטפערט: "זאל זיין אזוי!" מען האט אים געפרעגט: "איר ווילט עסן?" האט ער געענטפערט: "זאל זיין אזוי!" "איר דארפט חלה?" האט ער געזאגט: "זאל זיין אזוי!" "איר דארפט פיש?" "זאל זיין אזוי!" איר דארפט נאך פיש? "זאל זיין אזוי!", אויף וואס מען האט אים געפרעגט האט ער געענטפערט 'זאל זיין אזוי', דער עולם האט זיך אונטערגעהאלטן מיט דעם גאסט ביז דער הייליגער תולדות זי"ע האט באמערקט אז עפעס רודערט זיך, האט ער געפרעגט פארוואס מען לאכט, האט מען אים געענטפערט אז עס איז דא איינער וואס זאגט אויף יעדע זאך: "זאל זיין אזוי!" האט דער הייליגער תולדות פארשטאנען אז דאס מיינט מען נאר אים, דאס איז אליהו הנביא וואס איז געקומען אים לערנען ער זאל נישט מקפיד זיין אויף דעם אז מען האט נישט געווארט אויף אים מיט'ן ברית.
ווען מען מאכט התבודדות, מען רעדט צום אייבערשטן, דאן לעבט מען מיט אמונה, מען רעגט זיך נישט אויף ווען עס גייט נישט ווי אזוי מען וויל, מען זינגט צו זיך: "זאל זיין אזוי, זאל זיין אזוי, זאל זיין אזוי ווי דער אייבערשטער וויל", און מען לעבט א גוט לעבן. דאס אלעס לערנט אונז דער רבי; איז וויפיל מיר נאר וועלן צוריק טון פארן רבי'ן וועלן מיר נישט אנקומען צוריק צו טון פאר די אלע זאכן וואס ער לערנט מיט אונז.
יעצט אז דו ביסט אין קעמפ צווישן די ביימער און גראז זאלסטו אפאר מאל א טאג כאפן א שפאציר צווישן די גראז און זיך אויסשמועסן דיין הארץ מיטן אייבערשטן. דער רבי איז אמאל געגאנגען שפאצירן מיט זיין טאכטער שרה, אינמיטן שפאצירן האט דער רבי איר געזאגט (שיחות הר"ן, סימן קסג): אויב דו וואלסט זוכה געווען צו הערן די געזאנג און לויב ווי יעדע גראז זינגט א געזאנג פארן אייבערשטן אן קיין שום פניה און אן קיין מחשבה זרה, ווען זיי זינגען צום אייבערשטן ווארטן זיי נישט מען זאל זיי באצאלן פאר דעם שכר, "כַּמָּה יָפֶה וְנָאֶה כְּשֶׁשׁוֹמְעִין הַשִּׁירָה שֶׁלָּהֶם", ווי שיין און ווי גוט איז צו הערן זייער געזאנג וואס זיי זינגען צום אייבערשטן, "וְטוֹב מְּאֹד לַעֲבֹד אֶת ה' בְּיִרְאָה בֵּינֵיהֶם", עס איז זייער גוט צו זיין פרום צווישן זיי.
איך האף צום אייבערשטן אז דו וועסט בקרוב טרעפן דיין זיווג. איך בעט דיר זייער לאז נישט אפ די ישיבה און גיי נישט אוועק פון אונז; ווארט אין ישיבה ביז דו טרעפסט דיין זיווג.
איך האף אז דו וועסט מיר העלפן ווייטער דעם קומענדיגן יאר - שנת תשע"ט מיט די טרענספארטעישן און ווייטער מחזק זיין אלע בחורים וואס דרייוון פאר די מוסד זיי זאלן דאס נעמען פאר א זכות - אז מען קען משמש זיין דעם רבי'ן.
שטארק דיך און זיי פרייליך וועסטו מצליח זיין אין אלע דיינע וועגן.