בריוון פונעם ראש ישיבה שליט"א

#1 - אין אזא שווערע צייט קען מען זיך נאר שטארקן מיט אמונה
צרות, אמונה, התחזקות, סוכות, ניחום אבלים, מירון

בעזרת ה' יתברך


יום א' פרשת בהר-בחוקותי, כ' אייר, ל"ה לעומר, פה אתרא קדישא מירון, שנת תשפ"א לפרט קטן


 


מרת ... תחי', אשת ר' ... נרו יאיר


עס איז זייער שווער צו טרייסטן נאך אזא שוידערליכע טראגעדיע וואס האט פאסירט אין מירון אינעם הייליגן טאג ל"ג בעומר, ווען אזויפיל אומשולדיגע טייערע אידן זענען אומגעקומען, ובתוכם אייער טייערער ברודער ... עליו השלום. וואס קען מען זאגן? ווי אזוי קען מען טרייסטן די חשוב'ע משפחה; די טאטע, מאמע, די ווייב, די ברודער שוועסטער און קינדער; נישטא קיין ווערטער וואס צו זאגן, מיר קענען זאגן נאר די ווערטער: "המקום", דער הייליגער באשעפער, "ינחם אתכם", זאל אייך טרייסטן, "בתוך שאר אבלי ציון וירושלים".


עס איז א גזירה מן השמים, דער אייבערשטער האט אויסגעקליבן די טייערע אידן אין אזא הייליגע טאג ל"ג בעומר. אזוי איז געווען ווען אידישע קינדער האבן אויפגעשטעלט די הייליגע משכן, דעמאלט איז געווען אזא גרויסע שמחה, די גאנצע וועלט האט זיך געפריידט, פלוצלונג האט דער אייבערשטער אוועקגענומען אהרן הכהן'ס קינדער; אינמיטן די שמחה, אינמיטן די טענץ. שטייט אין די תורה אז אהרן הכהן האט געשוויגן, "וַיִּדֹּם אַהֲרֹן (ויקרא י, ג)", ער האט נישט געהאט קיין תרעומות אויפ'ן אייבערשטן, ער האט דאס מקבל געווען מיט גרויס שמחה, ער האט געוויסט אז דער אייבערשטער מאכט אלעס מיט א חשבון, אהרן הכהן האט ווייטער געדינט דעם אייבערשטן אזוי ווי פריער.


איך האב געהערט זייער א שטארקע חיזוק פון מוהרא"ש. די הייליגע חכמים זאגן (סוכה כח:) אויב עס רעגנט יום טוב סוכות איז דאס אזוי ווי א הַאר בעט זיין קנעכט ברענג מיר וואסער, און ווען דער קנעכט ברענגט די וואסער נעמט דער הַאר די וואסער און שפריצט דאס אן דעם קנעכט, אזוי איז יום טוב סוכות ווען עס גייט א רעגן; יום טוב סוכות ווען מיר אלע זיצן אין די סוכה, מיר טוען דעם רצון ה', און דער אייבערשטער גיסט אונז אן; אויבנאויף זעט דאס אויס ווי א שלעכטע זאך, אבער מוהרא"ש זאגט אונז אז עפעס טיפערס ליגט אין דעם משל.


ווען א הַאר קויפט זיך א קנעכט ווייסט ער נאכנישט אויב דער קנעכט איז אים באמת געטריי, ווי אזוי קען דער הַאר וויסן אויב זיין קנעכט איז אים באמת געטריי? ער בעט אים ברענג מיר וואסער און ער נעמט די וואסער און גיסט אים אפ אין פנים אריין; איז דער קנעכט נישט געטריי – וועט ער אנטלויפן פון אזא הַאר, אויב אבער דער קנעכט בלייבט ווייטער געטריי – איז א סימן אז דער קנעכט האט נישט קיין שום ווילן, ער האט נאר איין ווילן, טון דעם רצון פון זיין הַאר.


אזוי אויך, עס קומט דער יום טוב ראש השנה און יום הכיפורים ווען אלע אידן זאגן פאר'ן אייבערשטן: "מיר זענען דיר געטריי, מיר ווילן נאר טון דיין ווילן"; נאכדעם קומט דער יום טוב סוכות, אלע בויען סוכות, אלע גיין אריין אין די סוכה; דער אייבערשטער וויל זען ווי געטריי זיינע קינדער, זיינע קנעכט - זענען, גיסט ער זיי אן מיט וואסער, דעמאלט זעט מען ווער מיר זענען; מיר בלייבן ווייטער קנעכט פאר'ן אייבערשטן.


אנדערש ווי די אומות העולם, וואס ביי זיי שטייט (עבודה זרה ג.) אז ווען משיח וועט קומען וועלן זיי האבן א טענה צום אייבערשטן פארוואס מען האט זיי נישט געגעבן די תורה, וועט דער אייבערשטער זיי געבן די מצוה פון סוכה און די גויים וועלן צעברעכן די סוכות, זיי וועלן ארויסלויפן פון די היצן; דאס איז א גוי, ווען עפעס גייט אים נישט גוט, שטויסט ער גלייך אלעס אוועק. ווידער, אידישע קינדער, בני א-ל חי, זיי בלייבן געטריי.


מיר זענען געקומען צו פארן צו רבי שמעון בר יוחאי, יעדער איינער איז געקומען אויס'פועל'ן ישועות און פלוצלונג איז אלעס צעשטערט געווארן, מען האט אונז אנגעגאסן מיט די וואסער וואס מיר האבן געברענגט; דאך בלייבן מיר געטריי, מיר האבן נישט קיין קשיות, מיר פרעגן נישט, מיר ווייסן נישט, מיר קענען סיי ווי נישט פארשטיין דרכי המקום, מיר וועלן ווייטער טון דעם רצון ה'.


שטארקט אייך און שטארקט אייערע טייערע עלטערן; זיי זענען דאך אזוי צעבראכן אויף שברי שברים. עס איז נישטא נאך אזא צער ווי די צער פון עלטערן וואס דארפן באגלייטן א קינד צו די קבורה. זייט מחזק אייער שוועגערין די אלמנה, זי דארף דאך אזויפיל כח זי זאל קענען ווייטער זיין א מאמע פאר די אומשולדיגע יתומים'לעך. זייט מחזק אלע געשוויסטער, יעצט איז א צייט וואס מען מוז זיך שטארקן, מען מוז אנגיין מיט עבודת השם יתברך, מען דארף ווייטער אויפציען דורות פאר'ן אייבערשטן.


דער אייבערשטער זאל שוין רחמנות האבן אויף אונז; מיר זענען אלע אזוי צעבראכן, יעדער איד אין די גאנצע וועלט איז צעקלאפט, דאס איז א קלאפ פאר אונז אלע בכלל און בפרט פאר די משפחות ה' ירחם.


דער אייבערשטער זאל אונז שוין אלע טרייסטן, אונז שיקן משיח צדקינו און מיר וועלן זוכה זיין צו תחיית המתים; מיר וועלן זיך טרעפן מיט אלע אידן אינאיינעם, מיט אלע צדיקים; אמן.