בעזרת ה' יתברך - ערב שבת קודש פרשת נח, ה' מר-חשון, שנת תשפ"ד לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
האסט מיר דערציילט אז דיין ווייב איז זייער צעמישט, זי האט זיך צוגעהערט צו לשון הרע וכו'; יעצט איז זי אריינגעפאלן אין א מרה שחורה השם ישמרינו.
מיין ליבער ברודער, צו מיר האבן גערעדט גרויסע מענטשן קעגן היכל הקודש, גרויסע מענטשן, נישט נארישע פרויען, איך פלעג אזוי וויינען צום אייבערשטן: "רבונו של עולם, העלף מיר אנקומען צום אמת, איך וויל זיך נישט נארן"; נישט איך פלעג וויינען, איך וויין נאכאלץ צום אייבערשטן: "הייליגער באשעפער, העלף איך זאל מיך נישט נארן".
קוק ווי גרויס די בחירה איז; קוק וואס היכל הקודש האט ענק געגעבן, מאך זיך א חשבון וואס מען באקומט ביים צדיק; וויפיל תורה, וויפיל תפילה, וויפיל שלום בית, און וועגן א דערביטערטע פרוי וואס שטייט און העצט אז היכל הקודש איז טומאה און קליפות - זאלט איר אלעס אפלאזן?
דער הייליגער רבי זאגט (לקוטי מוהר"ן חלק א', סימן קלג): "שָׁמַעְתִּי בְּשֵׁם הַבַּעַל שֵׁם טוֹב", איך האב געהערט נאכזאגן פון הייליגן בעל שם טוב זכותו יגן עלינו, "שֶׁאָמַר", וואס ער האט געזאגט: "אוֹי וַאֲבוֹי, כִּי הָעוֹלָם מָלֵא מְאוֹרוֹת וְסוֹדוֹת נִפְלָאִים וְנוֹרָאִים, וְהַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת בִּפְנֵי הָעֵינַיִם, וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", גיוואלד! די וועלט איז פול מיט ליכט און וואונדערליכע פארכטיגע סודות, און דאס קליין הענטעלע פארשטעלט אלעס.
מוהרא"ש זאגט, דאס גייט ארויף ווען איינער קומט צום צדיק, ער באקומט עצות און התחזקות ווי אזוי מען קען לעבן א שיינע לעבן און ווי אזוי מען קען זיך דערהאלטן - סיי מיט זיך אליין; סיי מיט פרנסה; סיי מיט א ווייב און קינדער, און מיט וואס נישט וכו' וכו'; ווייל דער רבי האט עצות אויף טריט און שריט, אבער – "אוֹי וַאֲבוֹי, הַיָּד הַקְּטַנָּה עוֹמֶדֶת וּמְעַכֶּבֶת מִלִּרְאוֹת אוֹרוֹת גְּדוֹלִים", דאס קליינע הענטעלע פארשטעלט אלעס. דאס הייסט אז איינער פרעגט אים: "וואו דרייסטו זיך?" און ווען מען ענטפערט ביים הייליגן רבינ'ס לייט, מאכט יענער מיט די הענט א תנועה פון ביטול, און פון דעם האט מען חלישות הדעת וכו'. אויף דעם האט דער הייליגער בעל שם טוב געשריגן: "גיוואלד"; און אויף דעם דארף מען טאקע שרייען: "גיוואלד, גיוואלד!"
נאר דורך התבודדות וועט איר זיך קענען האלטן ביים אמת.
טראג דעם בריוו שבת ביי ענק אין שול, ווייל אלע דארפן גרויס חיזוק.
א גוט שבת.