בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת בהר-בחוקותי, כ"ג אייר, שנת תשפ"א לפרט קטן
לכבוד טייערע אנשי שלומינו, תלמידי היכל הקודש בני ברק, ה' עליהם יחיו
איך בין נאך זייער איבערגענומען פון זיין אין ארץ ישראל, פון זיין ל"ג בעומר ביי רבי שמעון; איך קען נישט מסביר זיין וואס מען שפירט ל"ג בעומר ביי רבי שמעון אין מירון, איך האב געשפירט אזא הייליגקייט, אזויפיל הרהורי תשובה. אויך בין איך זייער פרייליך אז איך האב געטראפן א טייל פון אנשי שלומינו; זייט מיר מוחל אז איך בין נישט געקומען קיין בני ברק, איך האף צו זיין ביי ענק ווי שנעלער.
עס איז זייער א גוטע זאך אז איר נעמט זיך צאם יעדע מיטוואך א חבורה מיט די בני ברק'ער תלמידים. ווען איר נעמט זיך צאם זאלט איר רעדן פון מעשיות וואס איר האט געהאט ביי הפצה, אדער מעשיות ווי אזוי איר זענט מקורב געווארן, אזוי אויך מעשיות פון תפילה און פון השגחה; אייערע דיבורים זאלן זיין פון רבי'ן און פון די תלמידים פון רבי'ן.
טייערע ברידער, איך בעט אייך זייער, שטארקט אייך מיט אייער עבודות השם; דער אייבערשטער האט א גרויסע נחת רוח פון די גוטע זאכן וואס מען כאפט ארויס. דאס שיינקייט פון א איד איז - מיט דעם וואס עס ברענט אין אים די יצר הרע, דאך לויפט ער שטענדיג צוריק צום אייבערשטן.
מוהרא"ש האט דערציילט, דער הייליגער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו פלעגט זיך פירן יעדעס יאר מוצאי ראש השנה צו מאכן א סעודה און דערביי דערציילן פאר זיינע תלמידים וואס זיי האבן געבעטן ראש השנה און וואס זיי האבן גע'פועל'ט. איין יאר בשעת די סעודה איז דארט געזעצן דער וואסער טרעגער פון שטאט, ער האט אויך געוואלט וויסן וואס מען האט אים אנגעשריבן אין הימל, האט ער געפרעגט דעם מעזריטשער מגיד: "רבי, וואס האב איך געבעטן און וואס האט מען מיר געענטפערט?" האט דער הייליגער מעזריטשער מגיד זכותו יגן עלינו אים געזאגט: "דו האסט געוויינט ביים דאווענען צום אייבערשטן פארוואס דיין פרנסה איז צו זיין א וואסער טרעגער; א גאנצן טאג שלעפסטו וואסער און ווען דו רוסט זיך אפ דעמאלט כאפסטו אריין אפאר קאפיטלעך תהילים, דאס יאר ווילסטו זיצן א גאנצן טאג אין בית המדרש און זיך נישט מוטשען מיט ברענגען פרנסה, נאר דינען דעם אייבערשטן גרינגערהייט", ווען דער וואסער טרעגער האט דאס געהערט האט זיין פנים אויפגעשיינט, ער רופט זיך אן צום מעזריטשער מגיד: "טאקע דאס האב איך געבעטן", און ער פרעגט מיט נייגער וואס מען האט אים למעשה אנגעשריבן, האט אים דער הייליגער מעזריטשער מגיד געענטפערט: "אין הימל האט מען געלאכט פון דיר", פרעגט דער וואסער טרעגער: "איך האב אזוי שלעכט געבעטן, פארוואס האט מען פון מיר געלאכט?" זאגט אים דער מעזריטשער מגיד אזוי: "אין הימל האט מען געזאגט, אויב דו וועסט זיצן א גאנצן טאג אין שול וואס דארף מען דיר האבן... דער אייבערשטער האט בילי-ביליאנען מלאכים וואס דינען אים אן זיך מוטשען אויף פרנסה און אן קיין יצר הרע, דער אייבערשטער וויל דוקא הערן דיינע קאפיטלעך תהילים וואס דו כאפסט ארויס אינמיטן דיין ארבעט, ער וויל הערן ווי דו לויבסט אים ווען עס איז דיר שווער".
נאך א זאך בעט איך אייך, איר זאלט אכטונג געבן עס זאל זיין ליבשאפט צווישן אייך; סיי צווישן די חברים, סיי אין שטוב, סיי מיט די עלטערן און מיט יעדן איינעם; תלמידי היכל הקודש דארפן זיך פירן מיט דרך ארץ, רעדן שיין, רעדן געלאסן, נישט וויי טון אנדערע. דער רבי האט געזאגט: "אִם קֵיסָרִים וּמְלָכִים הָיוּ יוֹדְעִים אֵיךְ אֲנִי מְלַמֵּד אֶת אֲנָשַׁי דֶּרֶךְ אֶרֶץ, הָיוּ שׁוֹלְחִים אֶת בְּנֵיהֶם אֵלַי לִלְמוֹד דֶּרֶךְ אֶרֶץ", ווען קעניגן וואלטן געוויסט וואס פאר א דרך ארץ איך לערן אויס פאר מיינע תלמידים - וואלטן זיי געשיקט זייערע קינדער צו מיר איך זאל זיי אויסלערנען דרך ארץ.
איך דארף מקצר זיין, איך דארף גיין צו די בחורים, זיי ווארטן אויף מיר.
דער אייבערשטער זאל העלפן איר זאלט האבן הצלחה אין אלע ענינים.