בעזרת ה' יתברך
יום ד' פרשת לך לך, ח' מר-חשון, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר
מן הסתם קומט מען צו דיר אויך מיט די חלומות אז מען קען יעצט אינוועסטירן און מאכן אסאך רווחים וכו' וכו'; אלעס איז איין גרויסער דמיון, הער נישט אויס, לאז זיך נישט פארנארן; אינוועסט אין דיין שטוב, אינוועסט אין דיינע קינדער, אינוועסט אין דיין נשמה.
גיי אהיים צייטליך, בלייב נישט אין גאס, גיי אהיים העלפן דיין ווייב. זיי מחנך דיינע קינדער צו מאכן ברכות, ליינען קריאת שמע, אנגרייטן נעגל וואסער. אז דו וועסט נישט אינוועסטירן - וועסטו נאך אביסל זיך זען מיט א גרויסער ביק אין שטוב, דו וועסט נישט וויסן וואס צו טון מיט אים, ער וועט דיך נישט אויסהערן, ער וועט דיר שפייען און לאכן אין פנים.
אזוי אויך דיינע טעכטער, אז דו וועסט נישט אינוועסטירן אין זיי יעצט ווען זיי זענען נאך קליין, דו וועסט זיי לאזן הפקר, דו וועסט ווייטער זיין אין דיין טעלעפאן מיט דיינע כלומר'ישע חברים - וועסטו זיך נאך אביסל זען מיט א גרויסע מיידל וואס וועט דיר איינטיילן וואס צו טון; זי וועט דיר דערביטערן דאס לעבן חס ושלום.
איך וויל דיר נישט אנשרעקן, איך וויל דיר אבער אויפוועקן פון שלאף, פון דיין טיפע חלום, פון אינוועסטירן און פון מאכן נאך געלט און נאך געלט און פארברענגען מיט חברים; גיי אהיים, זיץ אין שטוב, ביינאכט גייט מען נישט ארויס אין גאס. קודם זאלסט העלפן מיט די קינדער און אביסל רעדן און שמועסן מיט זיי, נאכדעם, ווען זיי גייען שלאפן - זאלסטו אביסל רעדן מיט דיין ווייב, און אביסל אסאך לערנען דיינע שיעורים.
לאז זיך אפ פון די פאליטיק, עס וועט דיר גארנישט אויסמאכן ווער עס איז געווארן פרעמיער מיניסטער אין מדינת ישראל און ווער עס גייט ווערן גאווערנאר אין ניו יארק, אלעס וועט בלייבן די זעלבע. אלעס איז הבל הבלים; אלעס איז נאר אוועק צו שלעפן דעם מענטש ער זאל פארגעסן אז עס איז דא א באשעפער וואס ער פירט אלעס, מאכט אלעס און אין אים ווענדט זיך אלעס.
איך ווארט צו הערן די גוטע נייעס אז דו האסט געוואונען, דו ביסט געווארן אן ערליכער איד.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.