בעזרת ה' יתברך - יום ב' פרשת חיי שרה, כ"ב מרחשון, שנת תשפ"ז לפרט קטן
לכבוד ... נרו יאיר, קרית ברסלב
איך האב ערהאלטן דיינע פראגעס.
בשום אין פנים ואופן זאלן די בחורים וואס רייניגן די מקוה אנצינדן די מוזיק אין מקוה בשעת'ן רייניגן; איך דארף נישט קיין צרות און קאפ וויי, נאך דאס פעלט מיר אויס, אז מענטשן וועלן קומען זאגן אז אין ברסלב ארבעט מוזיק אין מקוה, השמר והזהר בשום אין אופן נישט אנצינדן קיין מוזיק. בחורים וואס רייניגן די שול, בחורים וואס רייניגן די שטיבלעך - קענען אנצינדן מוזיק בשעת'ן רייניגן עס זאל זיי פרייליך מאכן און עס זאל זיי זיין געשמאק, אבער אין מקוה דארף מען זיין זייער איידל.
איך ווייס א מעשה ביי א געוויסער רב דא אין שטאט, אין וויליאמסבורג, וואס איז געווארן א מתנגד אויף ברסלב, ווייל ביי אים אין מקוה פלעגט גיין א ברסלב'ער חסיד וואס האט זיך געפירט מיט די הנהגה פון בלייבן מיט די מקוה וואסער אויפן קערפער, זיך נישט אפווישן מיט א האנטוך, פלעגט ער נאכן טובל'ן זיך וועלן אפשאקלען פון די וואסער האט ער געטאנצן אז די וואסער זאל זיך פון אים אפשאקלען, איז מען געגאנגען זאגן פאר דעם רב אז דער ברסלב'ער חסיד טאנצט אין מקוה נאכן זיך טובל'ן אן די בגדים, און אוודאי איז ער ארויסגעגאנגען קעגן אים און ער האט אנגעקוקט ברסלב'ע חסידים ווי חסרי דעה.
העיקר שטארק זיך מיט די הייליגע ארבעט פון משמש זיין ביים רבי'ן אין בית המדרש. זע אז אינדרויסן זאל זיין ריין, און אויב איז נאר דא צייט צו רייניגן אדער אינדרויסן אדער אינעווייניג - זאלסטו מער אכטונג געבן אויף אינדרויסן, ווייל מענטשן פארן אריבער, און ביי מענטשן איז די ערשטע איינדרוק, די קבלת פנים - אז אינדרויסן איז שמוציג, קוקט מען אן די גאנצע פלאץ ווי א נאכגעלאזטע פלאץ מיט שמוץ.
בשורות טובות.