בעזרת ה' יתברך
יום א' פרשת משפטים, ל"ה שובבי"ם, כ"א שבט, שנת תשפ"ג לפרט קטן
לכבוד מיין טייערער ... נרו יאיר
איך האב ערהאלטן דיין בריוו.
וואס זאל איך דיר זאגן מיין ליבער ברודער, ווען איך האב געעפנט אונזער מוסד האב איך געהאט אסאך זאכן וואס האט מיך געשטערט. עס זענען געווען קינדער וואס זענען געקומען פון זייער גוטע משפחות וואס האבן גערעדט די זאכן מיט די קינדער; בעצם איז דאס נישט קיין שלעכטס, עס איז נישט קיין ניבול פה צו רעדן ווען עס גייט זיין א שמחה אין די משפחה, אבער ביי אונז איז דאס א זאך וואס מען רעדט נישט מיט די קינדער. מיר האבן גערעדט מיט די מלמדים און לערערינס אז ווען זיי הערן קינדער רעדן פון קומענדיגע שמחות זאל מען פארדרייען די שמועס און שיינערהייט רעדן צו די עלטערן אז מען זאל פרובירן נישט צו רעדן פון דעם ווייל אונזערע קינדער ווערן צעמישט.
דער אינגערמאן ... נרו יאיר איז א טייערער אינגערמאן, הלואי זאלן מיר האבן נאך אזעלכע אינגעלייט. אפשר איז כדאי זאלסט רעדן מיט אים, ער זאל צולייגן קאפ פאר ער רעדט די זאכן אין שול, אויב שטייען דארט אינגלעך און בחורים.
העיקר בעט איך דיר טייערער ברודער, שטארק זיך מיט דיין עבודות השם. זיי זיך מתבודד יעדן טאג און לערן דיינע שיעורים כסדרן, ווייל אז מען פאלגט דעם רבי'ן קומט מען אן צו זייער שיינע זאכן. אזוי ווי דער רבי האט געזאגט (חיי מוהר"ן, סימן שנד): "עַל שְׁנֵי כִּתּוֹת אֲנָשִׁים יֵשׁ לִי רַחֲמָנוּת גָּדוֹל עֲלֵיהֶם", אויף צוויי גרופעס מענטשן האב איך גרויס רחמנות, "עַל אֵלּוּ אֲנָשִׁים שֶׁהָיוּ יְכוֹלִים לְהִתְקָרֵב אֵלַי וְאֵינָם מִתְקָרְבִים", אויף די מענטשן וואס האבן געקענט מקורב ווערן צו מיר און זענען נישט מקורב געווארן, "וְעַל אֵלּוּ הַמְקֹרָבִים אֵלַי וְאֵינָם מְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי", און אויף די וואס זענען מקורב צו מיר און פאלגן מיך נישט; "כִּי אֲנִי יוֹדֵעַ, שֶׁיִּהְיֶה עֵת, בְּעֵת שֶׁיִּהְיֶה הָאָדָם מֻנָּח עַל הָאָרֶץ עִם רַגְלָיו אֶל הַדֶּלֶת, אָז יִסְתַּכֵּל עַל עַצְמוֹ הֵיטֵב, וְיִתְחָרֵט מְאֹד מְאֹד עַל שֶׁלֹּא זָכָה לְהִתְקָרֵב אֵלַי, אוֹ שֶׁלֹּא קִיֵּם אֶת דְּבָרַי. כִּי אָז יֵדְעוּ שֶׁאִם הָיוּ מְקֹרָבִים אֵלַי וּמְקַיְּמִים אֶת דְּבָרַי, לֹא הָיָה שׁוּם דַּרְגָּא בָּעוֹלָם שֶׁלֹּא הָיִיתִי מְבִיאָם לְאוֹתָהּ הַמַּדְרֵגָה, אֲבָל לֹא יוֹעִיל אָז", ווייל עס וועט קומען א צייט ווען דער מענטש וועט ליגן מיט די פיס צום טיר (דאס מיינט ווען מען וועט שטארבן - וואס דעמאלט לייגט מען אראפ דעם מענטש אויף דער ערד מיט די פיס אויסגעדרייט צום טיר), דעמאלט וועט זיך דער מענטש באטראכטן ווי אזוי ער זעט אויס און ער וועט חרטה האבן: 'פארוואס האב איך נישט געפאלגט דעם רבי'ן?! ווען איך וואלט ווען געפאלגט דעם רבי'ן וואלט איך זוכה געווען צוצוקומען צו די גרעסטע מדריגות אויף די וועלט', אבער דעמאלט וועט שוין זיין צו שפעט.
דער אייבערשטער זאל העלפן זאלסט האבן הצלחה אין אלע ענינים.